Dov-Ber Kerler's Blog, page 24
January 27, 2014
דעם פּרעה'ס אַן אָדע
הער, נעפערטיטי,
האָב אויף מיר רחמנות
האָב אויף מיר כאָטש אַ ברעקעלע פּיטי,
גענוג געשיקט מיר
שמייכעלעך שלח־מנות.
דיין בויגזאַמער האַלדז
צי געדענקט ער נאָך אַלץ
...מיינע האַסטיקע פינגער
רק מיט דיר, מיין האַרץ,
ווער איך כאָטשיק אין דמיון
...יינגער
דיינע העל־דינע וויעס – אַרויף און אַראָפּ – זיי פליען
און די טויען– דיינע ליכטיקע זענקעס
אייביק דערמאָנען
ווי שטאַרק די נשמות בענקען
נאָך די, שוין פון לאַנגצעבאַלזאַמירטע
פארדאָרבענע גופים...
דו הערסט, נעפערטיטי,
ווי פאַרבענקט צו דיר רוף איך?
ווי־אַזוי קאָן עס בלייבן אַ שטיין
אַזוי אומגעהייער אויפגעהייטערט,
און דערקוויקן די לעבעדיקע
שוין יאָרטויזנטער דערווייטערט
פון דיר און פון מיר
און פון מיין אויסגעשפּילטער
ליבע?
נעפערטיטי, נעפערטיטי –
מיין איבערגעשניטענער
חיתוך־הדיבור.
כ'האב געוואָלט צו דיר זינגען
ריין מיט קלאַנגען
אינגאַנצן אַנטפּאַנצערט פון גראַמען
צו דיין אייביקן חן,
וואָס פאַרפלייצט אַלע סייגים און ראַמען –
איבער מאָס,
אות נאָך אות –
אַלץ – מיט טויזנטער טעמ'ען
נאָר ס'געזאַנג מיינס – אַ פּלאַטשיקער בלאָז
וואָס פאַרגראַמט איז
אויף אייביק אין פלאַמען...
אַ רחמנות אויף מיר,
אויף דעם ביטערן נאַר – דעם פּרעה,
וואָס זיין אוסגעדייווערט געביין דאָס קוואַרע
גאַרט און לעכצט נאָך אַ טראָפּעלע מים,
אַ רחמנות אויף דעם פאַרטרוקנטן גאָט –
ר'איז צו־שאַנד און צו־שפּאָט
איבער גאַנץ ארעא דמצרים...
וואָס זשע טוט דער אמתער גאָט?
ער פאַרוואַנדלט מיין אָדע
אין אַ פולבלעכער פּאַראָדיע
און פּרעה'ס אָדע, משטיינס־געזאָגט,
קריגט גאָר אַ פּריקרע פּראָזאָדיע,
נאָר פונדעסטוועגן –
שרייט מיין פאַרחתמעטער האַלדז
פון דעם הייסן פּיראַמידן־טאָל
אַזש ביז אין די קאָכיקע געדערים פון
ניו יאָרק סיטי:
וואו ביסטו, מיין הארץ,
וואו ביסטו, מיין אלץ, –
נעפערטיטי,
נעפערטיטי?!..
Published on January 27, 2014 12:56
דעם פּרעה'ס אַן אָדע – אַ פּאַראָדיע
הער, נעפערטיטי,
האָב אויף מיר רחמנות
האָב אויף מיר כאָטש אַ ברעקעלע פּיטי,
גענוג געשיקט מיר
שמייכעלעך שלח־מנות.
דיין בויגזאַמער האַלדז
צי געדענקט ער נאָך אַלץ
...מיינע האַסטיקע פינגער
רק מיט דיר, מיין האַרץ,
ווער איך כאָטשיק אין דמיון
...יינגער
דיינע העל־דינע וויעס – אַרויף און אַראָפּ – זיי פליען
און די טויען– דיינע ליכטיקע זענקעס
אייביק דערמאָנען
ווי שטאַרק די נשמות בענקען
נאָך די, שוין פון לאַנגצעבאַלזאַמירטע
פארדאָרבענע גופים...
דו הערסט, נעפערטיטי,
ווי פאַרבענקט צו דיר רוף איך?
ווי־אַזוי קאָן עס בלייבן אַ שטיין
אַזוי אומגעהייער אויפגעהייטערט,
און דערקוויקן די לעבעדיקע
שוין יאָרטויזנטער דערווייטערט
פון דיר און פון מיר
און פון מיין אויסגעשפּילטער
ליבע?
נעפערטיטי, נעפערטיטי –
מיין איבערגעשניטענער
חיתוך־הדיבור.
כ'האב געוואָלט צו דיר זינגען
ריין מיט קלאַנגען
אינגאַנצן אַנטפּאַנצערט פון גראַמען
צו דיין אייביקן חן,
וואָס פאַרפלייצט אַלע סייגים און ראַמען –
איבער מאָס,
אות נאָך אות –
אַלץ – מיט טויזנטער טעמ'ען
נאָר ס'געזאַנג מיינס – אַ פּלאַטשיקער בלאָז
וואָס פאַרגראַמט איז
אויף אייביק אין פלאַמען...
אַ רחמנות אויף מיר,
אויף דעם ביטערן נאַר – דעם פּרעה,
וואָס זיין אוסגעדייווערט געביין דאָס קוואַרע
גאַרט און לעכצט נאָך אַ טראָפּעלע מ י ם,
אַ רחמנות אויף דעם פאַרטרוקנטן גאָט –
ר'איז צו־שאַנד און צו־שפּאָט
איבער גאַנץ ארעא דמצרים...
וואָס זשע טוט דער אמתער גאָט?
ער פאַרוואַנדלט מיין אָדע
אין אַ פולבלעכער פּאַראָדיע
און פּרעה'ס אָדע, משטיינס־געזאָגט,
קריגט גאָר אַ פּריקרע פּראָזאָדיע,
נאָר פונדעסטוועגן –
שרייט מיין פאַרחתמעטער האַלדז
פון דעם הייסן פּיראַמידן־טאָל
אַזש ביז אין די קאָכיקע געדערים פון
ניו יאָרק סיטי:
וואו ביסטו, מיין הארץ,
וואו ביסטו, מיין אלץ, –
נעפערטיטי,
נעפערטיטי?!..
Published on January 27, 2014 12:56
January 21, 2014
טייערע ליכטעלעך
--

טייערע פלאַטערלעך, ליכטעלעך, קלעטערלעךאיר האָט זיך פאַרקלערט דאָרט אַזוי
אין די ווייטינקע, ראַנדיקע, ערדישע נידערן
אין דער חשכות – טיף טרייף דאָרט און רוי
אָנגעשטעלט אויגן, אָנגעשפּיצט אויערןדערבליקט מען, דערשפּירט מען בחוש
ווי אייער פאַרקלערטקייט טוט שטייגן
און דויערן טאַקע פון הודו ביז כּוש
,אין פלאַטערן אייערן, ניצוצותלעך, פייערלעךטוט מען בפירוש דערהערןדי ליכט אומאויפהערלעכעדעם געזאַנג אומגעהייערן
פון וועלטאַלס ווייט צערוואָרפענע שטערן
טאָ זאָל אייער קלעטערןדורך חשכותן פעטערעדורך תהומען פון שוואַרצן אומליכטזיך קיינמאָל ניט מינערןדאָרט אין די נידערןביים אויפהיטן דער וועלטס גלייכגעוויכט

טייערע פלאַטערלעך, ליכטעלעך, קלעטערלעךאיר האָט זיך פאַרקלערט דאָרט אַזוי
אין די ווייטינקע, ראַנדיקע, ערדישע נידערן
אין דער חשכות – טיף טרייף דאָרט און רוי
אָנגעשטעלט אויגן, אָנגעשפּיצט אויערןדערבליקט מען, דערשפּירט מען בחוש
ווי אייער פאַרקלערטקייט טוט שטייגן
און דויערן טאַקע פון הודו ביז כּוש
,אין פלאַטערן אייערן, ניצוצותלעך, פייערלעךטוט מען בפירוש דערהערןדי ליכט אומאויפהערלעכעדעם געזאַנג אומגעהייערן
פון וועלטאַלס ווייט צערוואָרפענע שטערן
טאָ זאָל אייער קלעטערןדורך חשכותן פעטערעדורך תהומען פון שוואַרצן אומליכטזיך קיינמאָל ניט מינערןדאָרט אין די נידערןביים אויפהיטן דער וועלטס גלייכגעוויכט
Published on January 21, 2014 13:11
January 5, 2014
18 ספטמבר 2013
לאָמיר שפּילן אַ פילאָסאָפישן ראָמאַן:י
דו אויף מיין בענקל, איך אויף דיין דיוואַן
איך דיר – אַ קישן,י
דו מיר – אַ קיכל.י
דו מיר – אַ טרער, י
איך דיר – אַ טיכל. י
דו מיר – אַ שטעכל,י
איך דיר – אַ סטיכל.י
און ביידע אינאיינעם:י
– איך'ל, איך'ל, איך'ל!י
אַזוינס האָט נאָך ביי קיינעם
גאָר ניט געטאָן צו־קריכן!י
לאָמיר ביידע
פאַרפירן אַ ראָמאַן – י
אַ פילאָסאָפישן
אָן תרעומות, י
אָן גאַל, י
אָן נאָכווייענישן
קאַטאַסטראָפישע.י
און טאָמער ניט,י
איז אויך ניט געפערלעך – י
אַבי אונדזער ליבשאַפט
בלייבט
פילאָסאָפיש
י(ה)ערלעך.י
Published on January 05, 2014 16:26
דודעלע
ס'איז ניטאָ קיין וועג צוריקלאַנג פאַרברענט איז שוין די בריקדי דערמאָנונג – אַ מיראַזשאַז עס ווילט זיך כליפּען אַזשרק די טרער ווערט סטאַלאַקטיטוואָס אין ערגעץ רירט זיך ניטאון דער רוים ווערט פּוסט און הוילאון פון גאָלד ווערט גאָלע גרויל,נאָר פונדעסטוועגן, ר' יידעפּעס וואָס אין דיר צעגליטלאָזט די וועלט אַלץ ניט צו־רודו – דו דו – דו דו – דו – דו – דו
Published on January 05, 2014 15:23
January 3, 2014
פּלאָנטער
צווישן איך און דו,שטייט אַ פרעמדער אירלאָזט אונדז ניט אַריין צו זיך.דורך דער וואָכעדיקער טיר
און ער שטעלט־צו אַ קאַלטן אויער,צווישן דו און איךמ'זאָל רק ביים פּאַראַדנעם טויער.אויסטאָן זיך די שיך
,און אַז מע גייט אַריין שוין – באָרוועסאיך, און איר, און דוווערן אַלע דריי פאַרפרוירן.אין אַ טויטער רו
,ווערן אַלע דריי פאַרלוירן,מיד און מאָדנע פרייאַלע דריי שטאַרק ניט לאַגאָדנע.כאָטש גיי שריי: חי־וקיי
Published on January 03, 2014 10:43
November 24, 2013
שוין מער ווי מיט דריי יאר צוריק -- היינטצייטיקע יידישע פּאָעטן 2010
Published on November 24, 2013 23:46
November 21, 2013
יידישע קינדערלעך
קינדערלעך טייערע, אָט דאָס איז אַ לידאינגאַנצן פאַר אייך,ס'איז אַרויס פון די פייערן,אַז איר זאָלט געדענקעןערגעץ דאָרט ווייט,ווי אין־לשער גאָר,ווי שטאַרק נאָך אייך בענקעןעס טוען: דער וואַלד און דאָס פעלד, די שפּייכלערס מיט שייערן,די ביימער,די פייגל,די הויפישע הינטלעך – נאָך אייך און נאָך אייערעאויגן און הענטלעך,נאָך אייער געפּילדער,אויפן לשון דעם מאַמישןמיט טרוימעלעך אייערענאָך רחבותן וועלטישע,נאָך בלויקייטן ימישעפול ווילדקייטן מילדע – מילדער ווי ווילדער...טייערע, האַרציקע, יידישע קינדער.
Published on November 21, 2013 20:00
November 19, 2013
אַלמעכטיקער טאָג
?אַלמעכטיקער טאָג, וואָס איילסטו זיך אַזוי?דו ווייסט דען ניט, אַז כ'קאָן אָן דיר ניט זיין,ס'הייסט, אינדעראמתן, אַביסל אפשר כ'קאָן
נאָר ווען דער עיקרדיקסטער עיקר שפּאַרט גוט אָןדאַן בין איך מער ניט זיכער צי כ'וועל שוין ניט פאַלןנאָך איידער ס'גרייכן צו אונדז ווידער דיינע שטראַלן.און ס'דאַכט, אַז אַלץ געשטעלט ווערט דאַן אין קאָן
,דו מוזסט טאַקע אַוועק כסדר ערב יעדער נאַכט,ווען צוטרוי צו דיין ליכט ווערט אָפּגעשוואַכט?ווען ציטער קאָסמישער ווערט הילכיקער און שטאַרקער
,ניט אייל זיך, טו באַשיינען ווייטער אָט־די קרקעאָט שטעל איך באַלד פאַר דיר די קאַפי־וואַרקע.און וועל מכבד זיין דיך מיט אַ טעפּל פרישער קאַווע
– עס טוט דער טאָג אַ שמייכל – וכך הוה...ער איז מיט מיר פאַרבליבן אויף דער גאַנצער נאַכט
!אָ טאָג, אַלמעכטיקער! געלויבט זאָל זיין דיין פּראַכט
Published on November 19, 2013 18:10
די שכינה
געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרותזי זינגט זיך אויס אויף אייך מיט ביטול שמוך פון רייפע עקרותמיט קרעכץ פון עגונות צוגלייך
זי פייפט מיטן ווינט אוןזי קאָן ניט אַנדערשרק ווייען און ווייען און ווייען מיטן גייסט מיטן בלינדןאויסגעטאָן דעם סקאַפאַדערמיטן הויכן צילינדער,זינגט זי ווי אַ האָן וואָס פאַרגייט... אין קרייען
איין־איינציק איי אין דעם לאַנדאין דעם גאַנצןזוכט מען אַ פרישספאַר אַ חולהנאָר געפינט מען – אַ מכהאון דאָס איז אינגאַנצןדי גאָלע געשיכטע די וואוילע
געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרות,ווען זאָלט איר, ווען זאָלט אירווערן פאַרשוואונדן?דער טורף היט שוין די נאָרעס,דער קאָטער,גרייט איינצושלינגען נייע קונדן.
און לייטיש עס זשומען די ווייטעשטערן – מע מעג זיי, מע קען זיי, מע מוז זיידערהערן,איידער מ'נעמט זיך אויף אייביק ניט־ווערן,איידער מע טוט ז י ך אַלייןאויפהערן
נאָר בלייבן וועט בלייבן אויף זיכער דער ניגון, וואָס דרייט זיך און דרייט זיך ווי איר שטאַפעט,דורך וואַנדל און וויגלדערלאַנגט ער, דערוואַנדערטביז צו דעם ווייטסטן פּלאַנעט – דערוואַנדערט אַהין אָן אַ סקאַפאַנדער... – איר מעגט מיט איר גיין אין געוועט!
Published on November 19, 2013 17:25


