Dov-Ber Kerler's Blog, page 23
May 4, 2014
טאַטעניו, ליבער
טאַטעניו, ליבער,איך אׇטעם איין ווידערדיין וואׇרט און דיין וואׇרצעפלאַמטע אין לידער,וואו ס׳לעבן געראׇטןדיין האַרציקער קול,דיין האַפטיקער אׇטעם, – צאַרטער פון שמייכלאון שטאַרקער פון שטאׇל.
טאַטעניו, ליבער,דיין ליד, וואׇס איז אייניקמיט אַלץ וואׇס איז אייביקאון גלייביק, און קלאׇר, – זאַל באַהיטן, באַשירעמעןדיין לויטערן אייניקוואַס אַוועק איז אַהייםפון זאַט־פרעמדן קאַיאׇרצו באַשיצן דיין וואׇר.
Published on May 04, 2014 15:11
May 1, 2014
אׇנהייב מאי
דעם נאׇך גאַנץ קילן חודש מאַי וועסט פרעגן האַרציק: הלמאי
געקומען ביסטו אונדז צו רופן
אין וועג וואׇס וואַקלט בגילופן
סיי זיך, סיי דיך, בעת אינדערוואׇכן
פון בייזן ווינטער האַלב צעבראׇכן
מען פּרואווט אויסזוכן אינדערהיים
דעם בעסטן וועג צו זיך אַליין?
נאׇר טענהן צו דעם חודש מאַי
איז דאַכט זיך ווייניק־וואׇס כדאי
ווען ס'לעכצן נאׇך דער זון די גופים
ניט זיי, נאׇר דו, בר־דעת, רוף אים
ער זאׇל דערנענטערן די ברכה
דעם פרילינג זיין אַ סינעקדאׇכע
פאַרוואַנדלענדיק די וועלט אַליין
אין אַ לאַגאׇדנער, ברייטער היים .Top of FormBottom of Form
[image error]
Published on May 01, 2014 15:50
April 11, 2014
אָ לאַ לי, אָ לאַ לאָ
פאר משה לעמסטער – מיט ליבשאפט
איך און דער מלאך –מיר שאַפן אַ לידער רעדט פּאַמעלעך איך – פאַרשרייב גיךער אויף מלאכיש און איך ריין מעלאָדישטו נאָכצוטאַנצןדי קלאַנגען באַלאַנצןפון זיינע מלאכישע הימל־אינסטאַנצן
זאָגט ער מיר אויף יידיש: מאַך זיך ניט נעַריש,נעם אָן זיך מיט כוח, כאַווער טאָוואַריש,און הער־אויף מיט גראַמען כסדר זיך וויצלען,ווילסט עפּעס זאָגן, טאָ זאָג עס אָן שפּיצלען!
זאָג גלייך מיר נאָך: אָ לאַ לאַ, אָ לאַ לאָ – אומעט און פרייד פון דער וועלט – אַלץ איז בלאָ...
זאָג איך אים נאָך: אָ לאַ לי, אָ לאַ לאָך...נאָר כ'קאָן מער ניט ווייטער אים נאָכזאָגן נאָך
די וועלט לעשט זיך איין און די וועלט לעשט זיך אויסדער מלאך פאַרשווינדט און די פּוסטקייט ווערט גרויס
נאָר אָט, נעם איך אָן זיך מיט כוח און כ׳זינגאָ לאַ לי, אָ לאַ לאָ – אין דעם בלאָ שטעקט אַלצדינג!
Published on April 11, 2014 11:04
April 8, 2014
צו כאַפּן דער אייביקייטס קליינטשינקסטן שפּור
Mikhail Iossel:Henri Martin (1860-1943). Poet."This, then, is what they look like -- those mysterious, highly elusive people called poets that I've heard so much about."
יאָ, טאַקע אַזוי זעען אַלע מיר אויס
ניט תמיד ביי דער נאַטור אויף דער שויס
לאוו דווקא אין קאָך און אין ווירבל פון שטאָט
ניט שטענדיק אינגאַנצן מיט אַלעמען גראָד
מיר בלאָנקען דורך ווינטער, דורך זומער, דורך האַרבסט
ביז ווידער, דער פרילינג באַלעבט אונדזער אַנגסט
און פיבער, און אומרו, און דאָרשט אָן אַ שיעור
זיך דורכברעכן ווייטער דורך אָפענער טיר
צו דער שויס פון דער שטאָט, צום רוים פון נאַטור
צו כאַפּן דער אייביקייטס קליינטשינקסטן שפּור -
Published on April 08, 2014 13:35
Mikhail Iossel:Henri Martin (1860-1943). Poet. "This, the...
Mikhail Iossel:Henri Martin (1860-1943). Poet."This, then, is what they look like -- those mysterious, highly elusive people called poets that I've heard so much about."
יאָ, טאַקע אַזוי זעען אַלע מיר אויס
ניט תמיד ביי דער נאַטור אויף דער שויס
לאוו דווקא אין קאָך און אין ווירבל פון שטאָט
ניט שטענדיק אינגאַנצן מיט אַלעמען גראָד
מיר בלאָנקען דורך ווינטער, דורך זומער, דורך האַרבסט
ביז ווידער, דער פרילינג באַלעבט אונדזער אַנגסט
און פיבער, און אומרו, און דאָרשט אָן אַ שיעור
זיך דורכברעכן ווייטער דורך אָפענער טיר
ביז צו שויס פון דער שטאָט ביז צום רוים פון נאַטור
צו כאַפּן דער אייביקייטס קליינטשינקסטן שפּור -
Published on April 08, 2014 13:35
April 1, 2014
!ווידער פרילינג
א בילד פון בן-ציון מיכטאָם,ווידער זוניקער פאַר־פּסח ,ווידער קויפן וויין מיט מצות ווידער גרייט דעם גאַנצן עסק .בענטשן מיט געזאַנג און פּראַצע
און דאָס גרינס — דאָס יונג צעבליטע גרייט ביסט גריסן ווי ס'באַוויליקט ,מחייה־מתימדיק דער פרילינג .דער באַליבער זמן דער דריטער
די שפּעט־ווינטערדיקע אָכן וויקלסט איין מיט נאַפטאַלין און ניט אומזיסט האָט דער ביטחון .אַלץ גענעסטיקט דיר אין זינען
ווידער וואונדער, ווייטער וואַנדער פול מיט פרייד און קידער־ווידער צווישן רוימען, לענדער, ראַנדן .און ס'ווערט לאַנג דער טאָג דער ליבער
רק די צייט — כסדר קירצער ,און די שעהען לויפן גיכער הלמאי אַזוי עס פירט זיך .ביסט לחלוטין מער ניט זיכער
פאָרט דאָס רעדעלע זיך דרייט זיך און ס'דערוואַכן אינדערלופטן — מלא פרייד און פרישע רייצן .פייגל טרעלן, צוויטן דופטן
Published on April 01, 2014 15:04
ווידער פרילינג!

March 4, 2014
גוגל
אין דיין היימיש ענגן חוגל,
אינעם קרייזל פון דיין דאָ־זיין
טוסט אַ מאָל זיך אַ צעגוגל
און דערזעסט וואָס דאָ באַווייזט זיך –
וויפל נאַרישקייט און וויסן,
וויפל פּרטים און קוריאָזן
טוט אַלץ שוועבן, שפּרינגען, פליסן –
אין מייטקעס, פּעלצן, לעדערהאָזן!
ווערסט מגולגל דורכן גוגל
אין אַ שפּייכלער פון שיריים,
וואָס דו ביסט מער ניט מסוגל
זיי געהעריק צו פאַרדייען...
Published on March 04, 2014 15:33
March 3, 2014
מערץ 2014
דער מאַרצאׇווער שניי זיך ראַנגלט אויסצופאַלן,
די מאַרצאׇווע זון – ברייט צעשפּרייט די שטראַלן,
דאׇס מאַרצאׇווע ווינטל שטילט זיך־איין צוביסלעך,
די מאַרצאׇווע וועווערקעס קנאַקן זיך די ניסלעך...
און דו שטייסט און גאַפסט, שטייסט ביים ראַנד פון ווינטער
פרעגסט: וואו גייט דאׇס אַלץ אַזוי פלינק אַהינטער?
פרילינג, זומער, האַרבסט און אויך די בייזע וויוגעס
קייקלען זיך אַראׇפּ פון מאַרק – גאׇר אַ האַרבע סוגיא...
דאַכט זיך וואׇס? – אַ יאׇר. דאַכט זיך וואׇס? – אַ לעבן.
פון מעריב ביז קאַיאׇר דער אין־סוף טוט זיך וועבן.
דער אין־סוף? טאַקע ער? טאׇ ווער טוט אים פאַרשטעקן
פון לעבן וואׇס איז וואׇר, וואׇס ענדלעך מוז זיך עקן?
Published on March 03, 2014 14:40
January 28, 2014
פּיט סיגער זינגט "דזשאנקויע" י Thanks to David Assaf
דז'נקויה - פיט סיגר Uploaded by דוד אסף
פיט סיגר בקונצרט באוניברסיטת שיקגו, 1957 השיר 'דז'נקויה', שנכתב ביידיש, מתאר את החיים הטובים בקולחוזים היהודיים, שהוקמו בחצי האי קרים בשנות העשרים של המאה ה-20 השיר תורגם לאנגלית על ידי פיט סיגר ששר תחילה ביידיש ואחר
Published on January 28, 2014 20:06