Dov-Ber Kerler's Blog, page 30

May 18, 2011

אַ קורצער בינו־לבינו סך־הכלMay. 18th, 2011 at 7:13 PM

 -...

אַ קורצער בינו־לבינו סך־הכלMay. 18th, 2011 at 7:13 PM
bluming

 --



געבוירן געוואָרן

אין אַ זיידן העמדל

דאָך אָן אַ זיידן

און אָן אַ באָבען



געטרונקען מילך

פון אַ גאָלדן פענדל

ניט בונדלעך געגעסן

רק פאַסאָליעס מיט באָבן



ניט געפלויגן אין טרוימען

רק געפלויגן אין חלום

זיך תמיד געצויגן

צו פּוסטע חלומות



געטאָגט צווישן בערג

גענעכטיקט אין טאָלן

מיט טרייסט אין די אויגן

פאַרקוקט פיל תרעומות



האָבן זיי אים דעריאָגט

נאָר ער טוט זיך ניט בייגן

ווייל עס לאַכט

אומפאַרקלאָגט

דאָס מענטשלעכע גלייבן



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 18, 2011 16:16

אַ קורצער בינו־לבינו סך־הכלMay. 18th, 2011 at 7:13 PM&nbs...

אַ קורצער בינו־לבינו סך־הכלMay. 18th, 2011 at 7:13 PMbluming
 --
געבוירן געוואָרן
אין אַ זיידן העמדל
דאָך אָן אַ באָבען
און אָן אַ זיידן

געטרונקען מילך
פון אַ גאָלדן פענדל
ניט בונדלעך געגעסן
רק פאַסאָליעס מיט באָבן

ניט געפלויגן אין טרוימען
רק געפלויגן אין חלום
זיך תמיד געצויגן
צו פּוסטע חלומות

געטאָגט צווישן בערג
גענעכטיקט אין טאָלן
מיט טרייסט אין די אויגן
פאַרקוקט פיל תרעומות

האָבן זיי אים דעריאָגט
נאָר ער טוט זיך ניט בייגן
ווייל עס לאַכט
אומפאַרקלאָגט
דאָס מענטשלעכע גלייבן

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 18, 2011 16:16

May 15, 2011

"בענקשאפט"


3:58 PMmitnkop --





,איך ליעבע דיך, מיין הערץ געטרייהעעס האט מיין ליעבשאפט קיינע שיעור
נור עלענד בין איך, ווייל בין איין פרייהער
...וואס פטר'ט לעבען זיינס אהן דיר







 --


 -- --
 -- --
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 15, 2011 13:02

May 8, 2011

אַ לאָך ווערט אַ לאַך

May. 7th, 201110:08 PMmitnkop-

אַ לאָך ווערט אַ לאַך

 דער קונה קומט צו גיין און מאָנט אַלץ נייע סחורה
און דו פאַרשעמטערהייט באַגלייטסט אים שטיל אַרויס
ווייל נישטיק איז דיין קלייטל, קליין און אָרעם
און זיין פאַרלאַנג איז אומגעהייער גרויס

דעם קונה קוקסטו נאָכעט שטאַרק באַדויערט
נאָר ווייסט אַז מאָרגן, איבערמאָרגן קומט ער נאָך
ווי זאָלסטו אים מיט נייער סחורה גיין באַזאָרגן
אַז דיינע בידנע מיטלען זענען ווערט אַ לאָך

אַ לאָך? וואַרט אויס, אַ לאָך איז אויכעט עפּעס
פון לאָך קאָן מען אויסמייסטרעווען אַ זאַך
מערניט צעבייט דעם קָמץ אויף אַ פַּתח
און וועסט אַ וועלט פאַרדינען מיט דיין לאַך

צומאָרגנס קערט זיך אום אויפסניי דער קונא
און קוקט דיין שמייכל אָנעט מיט פאַרדאַכט
נאָר שפּעטער גייט ער שוין אַרויסעט אָן תרעומת
און זינגענדיק ער שפּאַנט אַהיים און לאַכט




 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 08, 2011 00:17

April 27, 2011

צו דער צייט


Apr. 27th, 2011 at 2:53 AMbluming -



עס וועט אַלץ קומען צו דער צייט
אפילו אויב די צייט אַליין
איז ניט בנמצא
אפילו ווען
די נאָנטסטע נאָנטשאפט
אין דער ווייט
פאַרקרימט זיך

און אַלץ וועט צו דער צייט אַוועק
אַנטרינען אָן אַ מינדסטן שפּור
אין ניוועץ
אפילו ווען עס שפּרודלען
וואַלד, און טייך, און ברעג
ס'אַ קיבעץ

אפילו ווען דער זכר בלייבט
אַליין ביים ראַנד
פון אויסגערונען ווערן
,דער טאָג – צו קורץ
דער וועג דעם טראָט צערייבט
אָן טרערן

עס וועט אַלץ קומען צו דער צייט
דער צייט אַליין גאָר
אויף דערווידער
און צווישן אָנקום און אומבייט
רק איינס נאָך דויערט
רק איינס פאַרבלייבט
די לידער



נתן אלטמאן -- דער זייגערמאכער
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 27, 2011 00:01

April 17, 2011

כנגד ארבעה בנים

--


אַלץ צונויפגעקניפּט אין איינעם
ס'איז ניט די ווערטערניט די קלאַנגעןניט דער קנייטש פון דורותדיקן טייטשניט די מוזיק פון שפּילעוודיקע טענערניט דער מאַמעס גלעטצי טביה'ס ווייכע בייטשס'איז אַלצאינאיינעםאַלץ אינאיינעםצונויפגעקניפּט אין איינעםוואו מענטש און דער כביכולפאַרמישן ליבע, שפּיל און שפּאָטוואו סיי דער רבים מאַכט אַ ברכהאון סיי דער רשעקערט זיך אוםצום אייביקןאחָד


קיינמאָלניט
וועסט מער ניט זיין דאָקיין מאָל ניטקיינמאָלקיינמאָלניטמערסיידן אַ טויבערנאָכקלאַנגפון אַן עכאָאַ שאָרךפון דיינעאַמאָל אַזוינעדיקע ליפּןזאָל האָבןדאָ אַהערצו אונדזגעהאַט זיךאויף אַ וויילדערקליבןאון גרייכן גלייך אַהעראַהעראום אָנצוזאָגןדעם וואַכיקן געהעראַז מיר, אויך מירבאַלד וועלןשוין ניט זיין דאָ מערקיינמאָלניטקיינמאָלקיין מאָל ניטמער


לאָגל וויין
דער שוין האַלב־פּוסטערלאָגל ווייןאיז אָנגעפילט ביז האַלבמיט פּייןאון שפּאַנענדיקאַלץ טריט נאָך טריטווייסט שוין אַלייןאויף זיכער ניטוואָס זאַפּסטו מעראין זיך אַרייןדעם טערפּקען ווייןדעם זיסן פּייןאון צווישן ביידעאינדערמיטמיט ליכט פון פריינדמיט פלאַם פון פיינטדורך מזל־ברכה גוט געהיטבאַנאַנד מיט שאׇטןאון מיט שייןצוביסלעךווערסטו אויסגעפליקט


שאַינדעלישל'ס קלאָץ־קשיה
צי מע קאָן נאָךגעפינעןאַ סימןאַ שמץפון ערגעץאַ שפּליטעראַ גליווערפון אמתאַז עמיץגעלאָזט האָטאַ לייבלעכן שפּור אַ שנוראַ צינוראַ פאַרקלאָגטןפון נעכטןאַ רמזאַן אָנוואונקאַן אָנדענקאַן עכטןניט סתם אַבי וועמעסניט רק אַבי יענעמסוואָס זאָלנאָך אויפשיינעןאף על פּיאף על פּיאף על פּיאַלע פּיינעןאון מאַכן מער קלאָרדי אין־סופיקע וואָרנאָך איידערמ'דערזעט הידעם לעצטן קאָיאָר

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 17, 2011 22:07

אומרים ישנה ארץ

---




מע זאָגט ס׳איז דאָ אַ לאַנדנאָר מיר דאַרף מען ניט זאָגןאיר קוואַליקן בראַנדטו איך אין זיך טראָגן 
מע זאָגט – ס׳אי דאָ ברעגןנאָר מיר דאָ, אונטערוועגנסדאַרף מען ניט דערמאָנעןאומיסטנע דערוועגן
ניט טענהן, ניט מאָנעןניט שעלטן מיט גוטןאירע טייכלעך און שטראָמעןפליסן מיר אין די בלוטן
אירע קאַרגע בליטןטאָג איין און טאָג אויסעטבליען אין מיר און צוויטןמיט יידישע אותיות
מע זאָגט ס׳אי דאָ אַ לאַנדאַ פּיצל, אַ קלייטשינקסאיר ווידעראַנאַנד,איר אור־יונגשאַפט בענטש איך


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 17, 2011 22:01

April 6, 2011

KFITSESADEREKH

ניט מאַך עס בקיצורביים אויסקלייבן פעסטדעם אמתן קיצור הדרך
ניט קאַרג זיך אויף צימצוםביים צוימען דעם גאַנג פון מזלות
ניט שאַנעווע אייגענע פיסאון פאַרגין זיךצעביילטע מאַזאָליעס
אַבי זאָל דיין טראָט איבער שפּיצןזיין דרייסטאון ניט בלויז לפי־ערך
ניט מאַך זיך בקיצורניט קערץ זיך דיין קיצור הדרך






 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 06, 2011 08:17

April 4, 2011

אַליין איז די נשמה




אַליין איז די נשמהדי וואָלקנס ליכטיקעאינגאַנצן שוין פאַרביי
די שוואַרצע כמאַרעסשיקן שוואַרצן זאָמעןאויף מינדסטן פּיצל חיי וקיי
אַליין, אַזוי אַליין,אַז ס׳דאַכטס׳איז אָן אַ נאָמען
רק ס׳בלייבט נאָךעלנט ווי אויף וואַסערדאָס ביסל קיי און שפּיי
ניט מער, ניט מעראַ ברעקעלע תרעומתבלאַסענאָך זשיפּעט ווי ניט איזדערביי
אַלייןאַלייןצי טאַקע שוין פאַרוואָר אַליין אינגאַנצןדי נשמה             


Sent from my iPad
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 04, 2011 09:18

April 2, 2011

דעם אמת אין די אויגן





קוקנדיק דעם אמת אין פּניםדערמאַנט מען זיך ווי שווער עס איז אָן אים
דערזעט מען ווי ביטערמיט אים איז מעןביים פּרואוון דערגייןזיינע אַלע יוֹשֶריזמען
נאָר דעם שקר אין די אויגן איז נאָך ביטערער צו קוקןאון ס׳טוט אוודאי ניט לוינעןפאַר אים זיך בייגן און בוקן
בלייבט ווייטער דאָס זעלבעדי וועלט – בלויז אַ רמזאון דער באַשייד אירער עקבערטדי קנייטשן פון אמת



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 02, 2011 23:47