Dov-Ber Kerler's Blog, page 29

October 10, 2011

אַ זייל פון זאַלץ

--


דו זאָגסט:יקוק זיך ניט אַרום,ידו זאָגסט:יקוק ניט אויף צוריקאון איך –יאיך הער דיך אויסשטוםאון ס'הענגט מיין שווייגן אויף אַ שטריק
דו זאָגסט:יקוק זיך ניט אַרוםאון איך –יכ'וויל ווערןאַ זייל פון זאַלץאון איך –יכ'דערשטיק אין זיךדעם ברוםפון ברעכיק האַרץ
דו זאָגסט:יקוק זיך ניט אַרוםפאַרגעס, פאַרגעס,יפאַרגעס אין אַלץנאָר איך –יכ'פאַרגעס צו שמייכלען קרוםאון וועראַ זייל פון זאַלץ










 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 10, 2011 14:11

September 20, 2011

אומ)פּערזענלעכע פראָנאָמען)

--



זיי
זיי וועלן קומען, אָדער נייןוועמען אַרט עס, סיידן זייוועלן יאָ אָמאָל פאַרשטייןאַז קומען קומט מען ניט צו זיינאָר מ'קומט צו דעם, וואָס שפּרייטאון שפּרייטדעם שרפהנדיקן וויי,און אויך די שיין פון פרייד


איר
איר קומט און ס'איז שווער אייך שוין איבערצוציילןפון ווייטע מקומות, פון פאַרחושכטע היילןקומט איר און מאָנט אַלץ: רק ברויט מיט תענוגיםאון האָפּסלט צעווילדעוועט סטעפּס, בוגי־וואוגיאָט נאַט אייך דאָס ברויט, דעם זאַלץ און די וויינעןאַ ביס און אַ לעק און אַ שמעק אויך צום תענוגנאָר ס'העלפט ניט, כאָטש ווער גאָר אַ כופר בעיקראיר קומט אַלץ אָנצאָל אַלץ צערייסן אויף שטיקער


מיר
ווען וויסן זאָלן מיר געוויסאַז ניט אויף אייביק איז דער ריסאַז ביטער קען אויך ווערן זיסאון שיין ניט ווערן מאוס און מיאוסוואָלט מען גענומען זינגען קלאָרניט מורא האָבנדיק פאַרוואָרוואָס וועט אונדז ברענגען דער קאַיאָרניט וואָר?


זי
זי שטייט און וואַרט, זי שטייט און וואַרטדאָס ווינטל גלעט די האָר איר צאַרטאון אין איר וואַרטן וואַקסט אַ לידזי שטייט און וואַרט, קוים־קוים זיך ריריטצום טאַקט פון ליד און פון זיין וואַקסןוואָס האַרציק צערטלט איר די אַקסלאון פון איר שטיין (צוריק קיין טראָט)וויינט די וועלט און לאַכט דער גאָט


מען
מ'זאָגט אַז פאַרמאַכן, פאַרשפּאַרן מע וועטדי זון מיט די שטערן, די פרי און די שפּעטאַ גרויסע בהלה, אַ פּחד, אַ שרעקאַלץ שפּרייט זיך און שפּרייט זיך דערפאַר אָן אַן עקאיז וואָס אַז מע זאָגט, און מ'זאָגט־צו אַז מע וועטפון זאָגן ביז וועלן איז פאָלג מיך אַ גלעטאון גלעט איז דער אָנהייב, דער אָנהייב פון אַלץבאַרואיק זיך, האַרץ


ער
ווייל ער קען ניט, ער קען ניט, ער קען ניט אַריבערצי דען אומבאַדינגט מוז ער דעריבערכסדר אַלץ קריכן און קריכן אַרונטעראויף יענער זייט טרוים און אויף יענער זייט וואונדערס'איז שווער צו פאַרשטיין און נאָך שווערער פאַרדייעןנאָר ער האַלט אין איין קריכן און קריכן עד־היום


איר
איר זאָגט אַז אַלץ איז שוין פאַרבייקאָן זיין, קאָן זיין, כאָטש חי־וקייוועט מען ניט שרייען, נייןמערניט מ'עט אָנהייבן אויפסנייאַ שטיין צו שטייןלייגן געטרייאון איר וועט זיין דערפון גאַנץ פרייגאַנץ פריי מיט זיך אַליין


דו
דו מיינסט אַז אַלע קוקן רק אויף דיראפילו ווען דו שטייסט אינמיטן רוישנדיקער גאַסאַז רק נאָך דיר אַיעטווידער אַלץ שפּירטווער בלויז מיט חן און ווער מיט כעסאַבי אויף דירמיין פריינד, מיין פיינד, ס'איז בלויז אַ שפּאַסשפּאַר אויף די טיר, אַרויס פון פאַסאויף אונדזער רוישנדיקער גאַס פון משוגעת


איך
און אַז איך וועל זיך נעמען צו דער זאַךאַךוועט אַלץ דאַן שטראָמען ווי אַ פידעלעוועט דאַן דאָס בעסטע אַרויס אויף דער פלאַךמיט אַ זעלטן געראָטן לידעלעאַ קו וועט פליען איבערן דאַךאון לייגן וועט זי גילדערנע אייעלעךאַך, לאָזט ניט ס'פענצטערל פאַרמאַכט ווען ס'פאַלן די ערשטע שנייעלעך





 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 20, 2011 01:52

August 14, 2011

צום סאַמע ערשטן טראָט

--
דו גייסט צוריק צום סאַמע ערשטן טראָט
צו יענעם בראשיתדיקן טראָט ניט־זיכערן
וואָס ווערט כהרף־עין דער געבאָט
צו פעסטיקן דיין גאַנג אין שטילעניש, אין וויכערן

און דו געפינסט, באַוואונדערסט אים, דעם טראָט
און קאָנסט אים גאָרניט מעסטן מיט קיין שכל ניכטערן
אין יעדן קער און ווענד אויף גאָטס באַראָט
זיין אָנבאָט ווערט מיט יעדן שפּאַן אַלץ ליכטיקער


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 14, 2011 02:54

August 11, 2011

ס'קומט אן דער טאגס'קומט אן דער טאגאלץ נענטער קומט ער אןדע...


ס'קומט אן דער טאגס'קומט אן דער טאגאלץ נענטער קומט ער אןדער טאג
און אונדזער גאנגפון פרייד צו פלאגפון פלאג צו פריידאלץ טאג נאך טאגצעשפרייט
איבער דער וועלט צעזייטנאר קומען וועט ער פארטצעווייטאויף אל דאס גרייטקומט אן דער טאג
פון פלאג צו פריידפון פרייד צו פלאגא קלארער, שיינערברייטער טאג
ער קומט אלץ אןמיט גרויסער פריידדי וועלט, די נאכט -- פאר אים שוין גרייט
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 11, 2011 13:03

July 31, 2011

גאָלד און זילבער

-





דער טיפער גאָלד פון דיינע האָרפאַרוואַנדלט זיך אין ריינעם זילבעראין יעדן קנייטש דיין שמייכל קלאָררק קוועלט און זינגט:איך שטיף, איך שפיל מיר...
דער טאָג ווערט קערצערנאָר דערפאַרהערט ער ניט אויףאַלץ ווייטער ווערן
טאָ זאָל זיין דויעראון זיין שכראונדז ביידןנחת פריידןמערן

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on July 31, 2011 21:33

July 21, 2011

דער בראַווער פאַרטיידיקער








ס'טוט איינער אַ פאַרטיידיקערפון "מענטשלעכער" געשיכטעניט ווייניק לייט צעשעדיקןגעטרייע פריינט פאַרניכטן
טוט דורסן און עוקר זיין(געוויינטלעך מן השורש)בלויז ער קער דער געשיכטע זייןאיר לעצטער בראַווער יורש
נאָר מער פון אַלץ צעשעדיקט ערזיין אייגענע געשיכטעסיי בעת ער טרינקט זיך ביטער אָןסיי ווען ער איז גאַנץ ניכטער
און די געשיכטע, אָן אַ זייט,זי שטייט און בעט זיך שטיל:
"מיין טייערער פאַרטיידיקער,וו'הין שטופּסט זיך מיט דיין שפּיל?
פאַרטיידיקן פאַרטיידיק מיךוויפל דיין האַרץ זיך גלוסט
נאָר איבער וואָס צענעריקסטואַלץ וואָס איך האָב געוואוסט?
ווייל כ'האָב געוואוסט,אַז טריישאַפט מיינטניט נאָר צו זיך אַליין.אַז איבערלאָזן מעג מען מייןווי אויף אַ שטיין אַ שטיין
ניט איבעראַל לויערט פאַרראַטניט אַלץ איז גאָלע פּיין.
פאַרטיידיק בעסערזיך אַליין 
פון זיך אַליין...מיר שיינט,אַז דיין פאַרטיידיק־אַפּאַראַטשפּרייט מערער האַס ווי שיין."--- 
ס'איז אַ רחמנות און אַ בראָךדעם זעלטן קלוגן פּריידיקעראַריין מאַנקאָליע אין קאָפּצו ווערן דער פאַרטיידיקער...
און ס'ווייסט פון רו ניטאונדזער גברער האַלט רק שעלטן, שיסןביי טאָג, ביי נאַכטפאַרשפּרייט ער צערדעם גרימצאָרןדעם מיאוסן
ווייללא ינום ולא ישןממש עד בלי די לואַ שאָד נאָר וואָס יומם ולילה(כיי וואָלט ער קערן וויסן)בלייבט דרעמלען,דרעמלען פראַנק־און־פרייזיין אייגענערגעוויסן



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on July 21, 2011 07:35

דער בראַווער פאַרטיידיקע








ס'טוט איינער אַ פאַרטיידיקערפון "מענטשלעכער" געשיכטעניט ווייניק לייט צעשעדיקןגעטרייע פריינט פאַרניכטן
טוט דורסן און עוקר זיין(געוויינטלעך מן השורש)בלויז ער קער דער געשיכטע זייןאיר לעצטער בראַווער יורש
נאָר מער פון אַלץ צעשעדיקט ערזיין אייגענע געשיכטעסיי בעת ער טרינקט זיך ביטער אָןסיי ווען ער איז גאַנץ ניכטער
און די געשיכטע, אָן אַ זייט,זי שטייט און בעט זיך שטיל:
"מיין טייערער פאַרטיידיקער,וו'הין שטופּסט זיך מיט דיין שפּיל?
פאַרטיידיקן פאַרטיידיק מיךוויפל דיין האַרץ זיך גלוסט
נאָר איבער וואָס צענעריקסטואַלץ וואָס איך האָב געוואוסט?
ווייל כ'האָב געוואוסט,אַז טריישאַפט מיינטניט נאָר צו זיך אַליין.אַז איבערלאָזן מעג מען מייןווי אויף אַ שטיין אַ שטיין
ניט איבעראַל לויערט פאַרראַטניט אַלץ איז גאָלע פּיין.
פאַרטיידיק בעסערזיך אַליין 
פון זיך אַליין...מיר שיינט,אַז דיין פאַרטיידיק־אַפּאַראַטשפּרייט מערער האַס ווי שיין."--- 
ס'איז אַ רחמנות און אַ בראָךדעם זעלטן קלוגן פּריידיקעראַריין מאַנקאָליע אין קאָפּצו ווערן דער פאַרטיידיקער...
און ס'ווייסט פון רו ניטאונדזער גברער האַלט רק שעלטן, שיסןביי טאָג, ביי נאַכטפאַרשפּרייט ער צערדעם גרימצאָרןדעם מיאוסן
ווייללא ינום ולא ישןממש עד בלי די לואַ שאָד נאָר וואָס יומם ולילה(כיי וואָלט ער קערן וויסן)בלייבט דרעמלען,דרעמלען פראַנק־און־פרייזיין אייגענערגעוויסן



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on July 21, 2011 07:35

July 13, 2011

זוך ניט דעם גראם

-




זוך נישט דעם גראַם; ער'עט קומען אַלייןנאָך איידער די אונטערשטע שורהוועט באָקאָם זיך שטעלן איבער אַלץ ווי אַ שטייןווי אַ שטיין מיט אַ ביטערער בשורה
און אַז ער וועט קומען, באַוואונדער זיין חןדעם חן פון פאַרוואָגלטן קומערוואָס ליכטיקט זיך איידער ער טוט באַלד אויסגייןפון בענקשאַפט פון צאַרטער און שטומער
בעט נישט קיין טובות פון ווערטער, פון גראַםלאָז זיי זיך פּאַסיען דערנעבןביז זיי קומען אַליין דער וועלטס טאַרעראַםצו פאַרווייכן מיט פרישקייט און לעבן
זוך ניט קיין גראַם; ער'עט קומען אַלייןאון טאָמער גאָר ניט איז דאָך ביטערניט ירשענען וועסטו קיין שטאָק און קיין שטייןבלויז אַן אָפּהילך פון  אַ טעמפּן געוויטער






 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on July 13, 2011 14:45

June 2, 2011

POSTVERNACULAR CABARET

POSTVERNACULAR CABARETJun. 2nd, 2011 at 9:15 PMetoia




 דער פּאָסטווערנאַקולאַרער פּיפּערנאָטער
וואָס וויל ער און וואָס האָט ער
צו אַל די שוואַרצע יאָר
פאַרטראַכט
ווען ס'גייען אָפּ
אַצינדער
מיט גוים נחת
איבער דער וועלט די קינדער
וואָס שטאַמען דווקא אָפּ
פון דורות יידן

נאָר אָט
פון זיך אין גלות
מ'האָט
דאָס לשון
כלומרשט" אייגענע"
פאַרטריבן

אַוועק
אַוועק
אַוועק
צו אַל די בייזע רוחות

דער פּיפּערנאָטער
אָט דער זלידנער שוואַרצער קאָטער
מאַכט זיך ניט וויסנדיק
ער איז גאָר
דער מיוחס
און כ'לאַך שוין מיט
מיט אים
מיט יאַשטשערקעס קדחת

טאָ זאָל ער קושן מיר
מיט זיינע טענצלעך זאַווערוכעס
אַהין, אַהין וואו זיינס
אַן אויסגעקלעזמערט לידל
דערשפּיר איך טויבלעך
גאנץ בארוט

יאָ, יאָ
אַהין, אַהין
וואו יידל מיטן פידל
האָט אויפן וועג
צו זיך אַליין
מיט זיך אַליין
גערוט


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 02, 2011 18:26

May 27, 2011

שתיקה

שטיקער שתיקהMay. 27th, 2011 at 7:11 PMteplik-







פון וואַנען
– ?צי איך מיין יניקה
פון שתיקה
פון שוואַרצע שטיקער
ווייסער שתיקה
איז ניחא מיר
צו ציען די יניקה


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 27, 2011 16:13