Dov-Ber Kerler's Blog, page 27

December 16, 2012

       אַ רויז האָט זיך פאַ...

        אַ רויז האָט זיך פאַרליבט אין אַ סקאַרבאָוונעם גרעזל
און בייגט זיך צאַרט און ציטעריק צו אים
נאָר גרעזל קאָן אַלץ ניט באַגרייפן אַזאַ מזל
וואָס איז לכל־הדעות גאָרניט אַזוי שלים

און שטייט ווי גולם, אָפּגעבאַרעט, גאָר אָן לשון
און ציטערט געבן זיך פון אָרט אַ ריר
און בלייבט אָפּהענטיק שטיין אַלץ ביי דער טיר
ביז ס'ווערט דער רויטער פלאַם פון רויז פאַרלאָשן

עך, גרעזל, גרעזל, סאַראַ בראָך אויף דיר 
Top of Form   
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 16, 2012 14:51

December 10, 2012

ווער זאָגט אַז די ליבשאַפט זי קאָן זיך ניט שטאַרקן, ניט כ...






ווער זאָגט אַז די ליבשאַפט זי קאָן זיך ניט שטאַרקן, ניט כּפלען
העכער פון טורעם פון בבל און שטאַרקער פון טורעם פון אייפעל
און הילכן אויף טויזנטער קולות און ברענען מיט טויזנטער זונען
צעפּויקט אין מיליאָנען איי־פאָנען און מיט טויזנטער קלאָנען באַנומען
צעבליט און צעגליט איבער ווייטקייטן מילי־מיליאָניי־מיליאַסן
פון אויפשטייג פון בערן אין צפון ביז היץ־טענץ ביי די פּופּואַסן
ווער זאָגט עס אַז ליבשאַפט דערוועקט בלויז אַ שטאָך און אַ געניץ
בעת זי אינדעראמתן ווייסט ניט פון וואָג, צי פון מאָס, צי פון גרעניץ
בעת זי גאָר צעכוואַליעט זיך ווילדרייך און זילבעריק שטראַליק
און איבער אונדז אַלעמען – קוואַליקט, און קוואַליקט, און קוואַליקט




 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 10, 2012 10:05

December 3, 2012

שטומע בליקן




שטומע בליקן קוויקן זיך און קוויקןאון ניט זאָגן אויס קיין וואָרט די ליפּןבלויז די ברעמען זשעדנע זיך פאַרהייבןקוים עס לאָזט זיך אויף אַן אמת גלייבן
ס'אַראַ פרייד און ס'אַראַ פאַרגעניגןמיט דעם שטומען דרייסט פון בליקןזיך צו וויגןס'אַראַ זכות איז דאָס און ס'אַראַ ברכהאַז אַ ברעמען־ליפּן טענצל יכולטזיך פאַרקאָכן
און וואָס בלייבט צום סוף, צו אַל־דירוחותווינטן ווייען און דער האַרצוויי – דער מיוחסקינדער קרייען אויס אָט באַלדקינדסקינדערבעת דאָס שאַרפע טענצלווערט ניט לינדער
ס'אַראַ גנאָד און ס'אַראַ ווילדער חסדשטומע, פייכטע בליקןאויף די ליפּן איינגעטעסעטאון עס בלייבט אויף אייביקצוושין האָר און שכלפרישקייט פון קאַיאָרוואָס קרישלט זיך אין שמייכל



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 03, 2012 19:24

שטילעניש



די שטילקייט איז אַן איינגערעדטע זאַךוואָס מ'דערהערט אין איר, טיף־טיף אין אויער,ווי אומגעהייער אומאויפהערלעך וואַכטדי פרישע זשומעניש פון לעבעדיקן דויער
און ס'דאַכט צו־מאָל ווען ניט דער גאָב פון שווייגוואָלט גאָר די וועלט מער ניט געהאַט קיין תיקון
געשרייען ווילדע איינגעשפּאַרט אין שטייגזיך אומגעריכט מיט שטילעניש דערקוויקן


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 03, 2012 19:14

September 14, 2012

לשנה טובה תכתבו ותחתמו



-

דאָס נייע בוך לידער איז אַרויס אין דעם "אַליין איז די נשמה ריין"־פאַרלאַג אין ירושלים, יולי 2012
דעם גאַנצן אינהאַלט פונעם בוך קען מען אַראָפּנעמען עלעקטראָניש פון דאַנעןאָדער פון דאָרטן
אַ קורצע רעצענזיע פון איציק גאָטעסמאַן
פּריוואַטע אָפּרופן פוןרבקה באַסמאַן-בן־חיים יצחק ניבאָרסקי


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 14, 2012 12:54

September 7, 2012

מת אב ומת אלול פון שמואל הנגיד


געשטאָרבן חודש אבאון אויך דער חודש אלולדערנענטערט זיך לסוףצו יענעם סומנעם הבלוואו ס'וועט אים אויפנעמעןמיט יאָמערלעך געשריימיט אָרעמס אָפענעפאַראומערט דער תשרי
און אויף דער וועלטשוין קומען גאָלע קעלטדער וויין ווערט רויטאון רויטער. און ס'פאַרפעלטזיין קול פון טרויםדעם ליימענעם געצעלטאון אַלץ ווערט בלאָטע, שטויבפאַרשוינט, פאַרוועלקט...
דעריבער, ליבער פריינד,ניט זאַם זיך, לאַנג ניט קלעראון ברענג מיט זיך שוין היינטדי גוטע לייט אַהערפון נאָענט און פון ווייטפון הי און פון דער פרעמדאיעטווידער זאָל גלייךטאָן וואָס ער האָט פאַרקלערט.
האָט מען געזאגט: דו, זע,די כמאַרעס זאַט און פולמיט רעגנס זענען גרייטפאַרטרערן אַלץ אָן גבול.און צוגעגעבן: הער,די הימלען אין דער הייךמיט דונער, אָך־און־וויי, דערגרייכן באַלד אַהער.
און זע: פאַר דיר – דער פראָסט.און אויך: פאַר דיר – דער פלאַם.דער – קומט אַראָפּ ניט פּראָסטאון דער – איז גאָר ניט סתם, –  דער שנייען פראָסט: אַראָפּ,דער פלאַם פון וויין: אַרויף.דו, דאַר דיר ניט דעם קאָפּ,דערפריי אין זיך דעם גוף.
טאָ שטיי זשע אויף, מיין פריינד,פון בעכער און פון קרוגנעם טרינקען־מיט דעם ווייןוואָס רויט איז ווי דיין בלוט.נעם טרינקען מיט אונדז מיטבייטאָג און אויך ביינאַכטאון טרינקען ווער ניט מידלזכר זומער־פּראַכט.




 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 07, 2012 20:30

June 22, 2012

די גראַמען




סיי יינגערע און סיי די שפּעטעדי גראַמען ווערן אויסגעשעפּטעאון ס'דאַכט צו־מאָל, אַז זייער שעפּטשעןקער מערער גרילצן איידער בענטשןס'געהער פאַרשפּיצטעפון אַ מענטשן.
נאָר דאָס, וואָס צווישן זיי, די גראַמען,טאָר ניט פאַרזשאַווערן,פאַרוויאַנעןבעת זיי – סיי יינגערע,סיי שפּעטע, סיי די, פאַרשעפּטשעטאויסגעשעפּטע – פאַרבינדןוועלטן, תהומען, ימען,קיין מינדסטן זעמדלניט פאַרזאַמען.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 22, 2012 04:06

June 16, 2012

צווישן די קאַרפּאַטן־בערג





אין בוקאָווינע, צווישן די קאַרפּאַטן בערג מיין לשון איז אַנטשטומט געוואָרן פאַריתומטע בתי־מדרשים האָט מען דווקא ניט צעשטערט רק אוראַלט יידישער געזאַנג האָט זיך אויף אייביק דאָ פאַרלאָרן און ס׳קלעקט קיין ווערטער מער אַזאַ מין רחבותדיקע פּראַכט זיך ציט אַרויף, אַראָפּקיין מזרח און קיין מערב די זון טוט לאַנג זיך זעצן שעהען, שעהען לאַנג ביז שפּעט עס וועט זיך איבערקרייצן מיטן סוף פון שטומען מעריב

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 16, 2012 09:55

?מיין ליבע, דו שלאָפסט ניט







– מיין ליבע, דו שלאָפסט ניט?–  ניין, ניין, ניין... איך שלאָף און איך זע ווי עס פאַלט דער שניי אויף דיינע געקרויזלטע, שיינע האָר און גרייט בין שוין בלייבן אַזוי ביז קאַיאָר צו היטן אין דרימל אַזוי לעבן דיר דעם אָנקום פון דיינעם אַ פרישן באַריר...
–  מיין ליבער, דו שלאָפסט שוין? –  יאָ, יאָ, כ'שלאָף שוין ניט בלויז ס'טוט מיר אין האַרצן דיין דרעמלען אַ שניט און ציילן כ'טו רגעס – אַ שעה נאָך אַ שעה...צוביסלעך צערינט זיך די צאַרטקייט... אַ שאָד...דיין אָטעמען שלינג איך און שלינג איך אַלץ איין –  
מיין ליבע, מיין טרייע, מיין איינציקע שיין









 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 16, 2012 09:05

May 5, 2012

CARPE DIEM

-


אַ ליד איז ווי אַ צייכענונגמיט וואָכעדיקע ווערטערוואָס מאַכט די גרויע וואָכעדיקייטהאַרציקער און נענטער
וואָס מאַכט די דריבנע פּרטימדיקייטיום־טובדיקער, שבתדיקעראון דעם קורצן עולם־הזהאַביסל עולם־הבאדיק
איז אַנשטאָט צו זאָרגןזינגט עס, זינגט עסאדרבאצי ס'איז דאָ, צי ניט דער מאָרגןכאַפּטאַ שטיקל עולם־הבא






 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 05, 2012 11:34