Dov-Ber Kerler's Blog, page 26
July 22, 2013
א געזאנג אין דעם וואלד
אַ קול אין דעם וואַלדוואו עס לעבט ניט דער גאָטאון קיין מענטשלעכן שאָרךניט דערשפּירסט צווישן ביימער
וואו די יונגשאַפט ווערט אַלטאון דער סוד פונעם סאָדפאַרבלייבט ניט־דערהאָרכטגעשטרויכלט פון שטיינער
אַ געזאַנג ניט פאַר דיר,ניט פאַר קיינעם געדאַכטאיבער אַלץ וואָס פאַרגעסט זיךאויף אייביק. אויף אייביק?
ער צעקרעכצט זיך דער קול, דער געזאַנג און ס'דערוואַכטדער ביטחון אין אַלץ וואָס איז שטאַרביקאון גלייביק
Published on July 22, 2013 14:26
June 15, 2013
ווערטער ווערימלעך
--
ווערטער ווערימלעךטשעפּען זיך־צו צו דיראָן אַ מאָס, אָן אַ שאַץ, אָן אַ שיעוראון אַנשטאָט זיי צו פאַרטרייבןפון זיך אַוועקפיטערסטו זיימיט דיין לייב־און־לידאָן אַן עקאון זאָגסט זיי כסדר(זאָגסט אויס, הייסט עס, פון חדר):
ווערטער ווערימלעך, טייערע, –עסט זיך געזונטערהייט אַרייןאין מיר!צווישן אייערע ציינדעלעךטוט זיך אַ וויברירמיין אומגעהייערע בענקשאַפטנאָך זיי,נאָך די אַלע וואָס זענען פאַרבייאון רק געמיטער זייערע נעסטן געטרייאון הויזן טיף-טיף
אין מיר מיט אַ מאָס, מיט אַ שאַץ,אָן אַ שיעור.
ווערטער ווערימלעךטשעפּען זיך־צו צו דיראָן אַ מאָס, אָן אַ שאַץ, אָן אַ שיעוראון אַנשטאָט זיי צו פאַרטרייבןפון זיך אַוועקפיטערסטו זיימיט דיין לייב־און־לידאָן אַן עקאון זאָגסט זיי כסדר(זאָגסט אויס, הייסט עס, פון חדר):
ווערטער ווערימלעך, טייערע, –עסט זיך געזונטערהייט אַרייןאין מיר!צווישן אייערע ציינדעלעךטוט זיך אַ וויברירמיין אומגעהייערע בענקשאַפטנאָך זיי,נאָך די אַלע וואָס זענען פאַרבייאון רק געמיטער זייערע נעסטן געטרייאון הויזן טיף-טיף
אין מיר מיט אַ מאָס, מיט אַ שאַץ,אָן אַ שיעור.
Published on June 15, 2013 20:59
June 10, 2013
מיר זענען געוועזן
מיר זענען געווען יידן,מיר פלעגן לעבן דאָ...אַצינדערט פוילע פליגןקוים זשיפּען גרייז־און־גראָ.
ס'צעקרישלען זיך די ווענט אוןעס גייען פרעמדע פאַרבייאין בונטע פאַרביקע העמדערווי אויפן ערשטן מאַי!..
און קיינער ניט דערמאָנט זיך,געדענקען איז ניט פאַר זייחמיל, מאַזעפּע, גאָנטעאַ בלוטיקער פאַרזיי...
מיר זענען געוועזן יידןמיר האָבן אַמאָל געלעבטאיצט פרעמדע נאָר ירידןזידן דאָ אומפאַרשעמט.
Published on June 10, 2013 17:39
April 13, 2013
נעכטיקע טעג
אמיין ברודער, דער נעכטיקער טאָג / וועט איבערמאָרגן, מסתמא / נעמען פירן אַ נייעם בלאָג / לזכר דער צוקונפט -- / דער דראַמע /וואָס וועט איבעררוקן / די קלאָרע געדאַנקען / אַהין וואו דאָס פלעמל וועט קיינמאָל ניט צאַנקען / אַהין וואו די טויבן צערטלעכע וואָרקען / וואו עס אייביקט די מונטערע שיין פון פרימאָרגן / מיין איינציקער ברודער, דער נעכטיקער טאָג / ער 'עט זיכער אין ברכה / פאַרוואַנדלען די פּלאָג / אַז יעטווידער זאָל אינדערוואָכן / און אַלע אינאיינעם, צוזאַמען -- / דערלאַנגען צום טאקט פון כביכול / צו דער צוקונפט וואו ס'פלאַקערט די דראַמע
ב
ס'איז אומעטיק דער טאָג / וואָס גייט באַלד ווערן נעכטן / דער אומעט איז אַ קלאָג / וויי־וויי צו דעם גערעכטן / דער טאָג איז אַ דערמאָנונג / וואָס ווערט אַלץ מער פאַרנעפּלט / אין טונקל פון מיליאָנען / פאַרפּלאָגט־פאַרפוילטע עפּל / ס'איז אומעטיק און דאָך / עס ווילט זיך דיר ניט וויינען / אַ ברכה איבער בראָך / אַ רעגנבויגן ריינער / טוט שפּרייטן זיך אָט־אָט / נאָך טרערן פון דעם איינעם / נאָך טרערן וואָס דער גאָט / פאַרפלאַנצט אין האַרץ ביי זקנים / דער אומעט פון דעם טאָג / צעשמעלצט זיך אין די ביינער / מיט וויגליד וואָס פאַרמאָגט / די אַלע זיבן חנען / און בלייבן בלייבט -- אַ טרוים / טיף, טיף אין ברוסט פאַרקראָכן / פון וואָרצלען ביז צו קרוין / איין־איינציק וואָר: ביטחון
ג
כ'האָב לאַנג געזוכט אַ גראַם פאַר נעכטןוואָס זאָל זיך הערלעך איבערפלעכטן
מיט אויפגעוואַכטן קלאַנג דעם עכטןפון הייסע היינטיקע געפעכטן
נאָר אָט־די היינטיקע געפעכטןזיי ווייסן ניט פון סוף דעם שלעכטן
אי פון רשעים, אי פון גערעכטע
ווען ס'נעמען אַלע טרוימען -- וועכטער
...פאַרפירן אין דעם טאָל פון שעכטןאון פאָרט -- אין צרור זאָלסט זיי איינפלעכטן
אין צרור פון לעבן און פון קיום
וואָס מערט געדענקשאַפט אָן אַ סיום
Published on April 13, 2013 00:19
April 12, 2013
וויי־און־ווינד
האָסט געזעןווי ס'קייקלט זיך
אַ טרער אַראָפּאויפן קענטלעכן פּניםפונעם גויאישן גאָטאון אַ קלער געטאָן: אָט,יאויך ער פאַרנעמטדעם צער.פון דער וועלט
און אַ יידיש קינדהאָט געפּרעפּלט,י ,גערעדטהאָט געדברטאויף דייטשניט פאַרשטייענדיקקיין שייטלקיין ברעקל.פון דיין עברי־טייטש
אָפּגעווישט די טרערהאָסט דעלאַנגט אַהערדיין וואַרעמע האַנטאון אַ גלעט דעם קינד
און דער אַרישער גאָטניט גערירט זיך פון אָרטבלויז א שאָרך געטאָן:יוויי־און־ווינד!..י
Mood:
cold
Published on April 12, 2013 18:21
March 24, 2013
BITOKHN
ס'איז אומעטיק דער טאָג וואָס גייט באַלד ווערן נעכטן דער אומעט איז אַ קלאָג וויי־וויי צו דעם גערעכטן
דער טאָג איז אַ דערמאָנונג וואָס ווערט אַלץ מער פאַרנעפּלט אין טונקל פון מיליאָנען פאַרפּלאָגט־פאַרפוילטע עפּל
ס'איז אומעטיק און דאָך עס ווילט זיך דיר ניט וויינען אַ ברכה איבער בראָך אַ רעגנבויגן ריינער
טוט שפּרייטן זיך אָט־אָט נאָך טרערן פון דעם איינעם נאָך טרערן וואָס דער גאָט פאַרפלאַנצט אין האַרץ ביי זקנים
דער אומעט פון דעם טאָג צעשמעלצט זיך אין די ביינער מיט וויגליד וואָס פאַרמאָגט די אַלע זיבן חנען
און בלייבן בלייבט - אַ טרוים טיף, טיף אין ברוסט פאַרקראָכן פון וואָרצלען ביז צו קרוין איין־איינציק וואָר: ביטחון
Published on March 24, 2013 12:23
February 14, 2013
אַז דו וועסט קערן זיך אַהיים
אַז דו וועסט קערן זיך אַהיים
וועט יעדער שפּאַן דיר ווערן ליב
און היימיש נאָענט יעדער שטיין
און יעדער ווענד, און שטעג, און גרוב
נאָר היט זיך, ברודער, ניט פאַרזאַם
דעם איבערגאַנג פון סתם צו שטאַם
די איבערוואָג פון זאָרג אויף גראָז
בעת דו שפּאַנסט באָרוועס אויפן גלאָז
צעברעקלטן דיר אויפן וועג
צו היים־און־צייט וואָס איז פאָרביי
אַבי פון זיך ביסט ניט אַוועק
איז שוין דער וועג אַהיים כדאי
איז אויך דיין לידל מער ניט שטום
און ס'טרייסט די וועלט דיך: קום שוין, קום
אָט וועסט זיך אומקערן אַהיים
צו אַלץ וואָס ציכטיקט קלאָר און ריין
און כאָטש דער קריקוועג איז אַ בלאָף
דו, קער זיך אום אַהיים צום סוף
Published on February 14, 2013 22:23
January 27, 2013
וואו איז דיין פאָלק
--וואו איז דיין פאָלקניט שוין זשע גאָר פאַרשוואונדןניט שוין אָן טאָלקצעקראַצט דער סקרוך די וואונדן
וואו איז זיין שייןוואָס איז מיט אייביקייט געבונדןניט שוין רק פּייןאיבערן ערדקיילעך דעם רונדן
זאָל הערשןווילד, פאַריתומט און פאַרוויסטפון לעצטן ביז צום ערשטןאַלץ – אומזיסטאומזיסטאומזיסט
נאָר אָט אַ וואָרט אַ וואָרסטוט שטעלן זיך דיר דיבאָםדו מעגסט, דו מוזט, דו טאָרסטעקשונותדיק אַריבער
דעם טאָל פון גרוילדעם ים פון פּיין און טרויערדיין וואָרט איז גאָרניט הוילדי וועלט איז וואַכזאַם לויער
דערהערן דעם געזאַנגפון דיין אַנטשטומטן פאָלקס'לעבט אויף אין איר דער קלאַנגוואָס דיך כסדר פאָלגט
מיט אַלץ וואָס איר איז ליבמיט אַלץ וואָס דיראיז טייעראין ווייטאָג אויסגעאיבט
זאָגט זידיין גאַנג איז מירפון גענגלעך אָן אַ שיעורכדאיכדאיכדאיער
Le
Published on January 27, 2013 19:34
January 13, 2013
די ערשטע נאַכט פון נייעם יאָר
י
די ערשטע נאַכט פון נייעם יאָר. י
ס'איז קלאָר – י
דאָס יאָר
,וועט שפּעטער עלטער ווערן
נאָר אין דער פרישער נאַכט
ערב קאַיאָר
ווילט זיך, יעס דאַכט, י
פון אַלטקייט גאָר ניט קלערן!...י
עס שטעלן זיך קאַפּויער דיר די האָר
און לייכטן זיך אין ליכט
פון נאַכט־לאַמטערן: י
אַ יאָר אַ נייע – יאיז דאָס טאַקע וואָר
און אין דער פרישקייט ערב־אור
ווילט זיך פון חשכות גאָרניט
גאָר
ניט קלערן. י
Published on January 13, 2013 11:36
December 16, 2012
אַ רויז האָט זיך פאַרליבט אין אַ סקאַרבאָוונעם גרעזלאון ...
אַ רויז האָט זיך פאַרליבט אין אַ סקאַרבאָוונעם גרעזלאון בייגט זיך צאַרט און ציטעריק צו אים
נאָר גרעזל קאָן אַלץ ניט באַגרייפן אַזאַ מזל
וואָס איז לכל־הדעות גאָרניט אַזוי שלים
און שטייט ווי גולם, אָפּגעבאַרעט, גאָר אָן לשון
און ציטערט געבן זיך פון אָרט אַ ריר
און בלייבט אָפּהענטיק שטיין אַלץ ביי דער טיר
ביז ס'ווערט דער רויטער פלאַם פון רויז פאַרלאָשן
עך, גרעזל, גרעזל, סאַראַ בראָך אויף דיר
Top of Form
Published on December 16, 2012 14:51


