Dov-Ber Kerler's Blog, page 22
June 18, 2014
מיין מוזע -- זייער אַ קורץ ליד וועגן טאַטע־מאַמע לשון
-
– דאׇס לשון דיינס, – זאׇגט מיר די מויד, –
איז ניט קודש און ניט חול;
ס׳איז אַ לשון חול־המועד, –
סיי אַ ברכה, סיי אַן עול...
– דאׇס לשון דיינס, – זאׇגט מיר די מויד, –
איז ניט קודש און ניט חול;
ס׳איז אַ לשון חול־המועד, –
סיי אַ ברכה, סיי אַן עול...
Published on June 18, 2014 10:53
June 11, 2014
קערצע דיבירים
עס האׇבן די ווערטער אַ טבע בעת דו טוסט פון זיי געניסן צו פאַרלאׇזן נח'ס תיבה ווי זייער אייגענעם געוויסן.
*און יאַנקל גענומען זיך ראַנגלען מיט אַ מלאך, צי אפשר מיט זיך? ווער ווייסט ווי ווייט ס'וועט דערלאַנגעןדעם חלומס צעהיצטער קאַפּריז.
*ניט אַלץ וואַס איז קורץ איז גוט, ניט אַלץ וואׇס איז לאַנג – גאׇר שלעכט. אַ חוצפּה איז לאוו דווקא מוט,באַשיידנקייט זעלטן בלייבט עכט.
*און לוט איז געוואׇרן גוט שיכור... און באַמערקט האׇט, כביכול, גאׇט אַז ניט ניכטערקייט איז גאׇר דער עיקר ווען מע ווערט שיכור ווי לוט.
*גענוג שוין מיט אַלטע חכמעס!אַז קיין נייע נאׇך אַלץ ניטאׇ ווערט דער מוח פאַרדאַרט, פארסאכניעטאון גייט אויס אן שום חן אׇט־אׇ־טאׇ...
Published on June 11, 2014 12:22
June 4, 2014
דו זאגסט: די דיקטאטור פון גראםצווינגט אונדז פארבלייבן גא...
דו זאגסט: די דיקטאטור פון גראםצווינגט אונדז פארבלייבן גאר אן קאפּאיבער זיין טראסק און טארעראםפון זינען גייען מיר אראפּ
און איך, וואס קאן איך זאגן שויןאז לויט דער מאס און לויט דער ראםצעוואקסט זיך פראנק־און־פריי דער בויםאון אויך ס'צעברענט זיך פלינק דער פלאם?
איך ווייס, אן גראם איז שווערער גאראון ס'וועט ניט העלפן קיין שום "נאר"דעריבער כ'טו די ערשטע פארפארחתמען אן שום גראם
[image error]דו זאׇגסט: די דיקטאַטור פון גראַם צווינגט אונדז פאַרבלייבן גאׇר אׇן קאפּ, איבער זיין טראַסק און טאַרעראַם פון זינען גייען מיר אַראׇפּ.
און איך, וואׇס קאׇן איך זאׇגן שוין?אַז לויט דער מאׇס און לויט דער ראַם צעוואַקסט זיך פראַנק־און־פריי דער בויםאון אויך ס'צעברענט זיך פלינק דער פלאַם?
איך ווייס, אׇן גראַם איז שווערער גאׇראון ס'וועט ניט העלפן קיין שום "נאׇר"דעריבער כ'טו די ערשטע פּאׇרפאַרחתמען אׇן שום גראַם - - -
[image error][image error]
Published on June 04, 2014 19:43
May 29, 2014
מעשה פעיסבוק
מיר האׇבן זיך געקענט ריין ווירטועל
און ווירטועל געווען איז אונדזער ליבע.יגעחברט זיך, נאׇר איבער פעיסבוק'ס שוועלאין דער רעאַלקייט קיינמאׇל ניט אַריבער.
ביז איינער איז פאַרפאַלן אויף אַ וויילאון ס'לעבן וואׇלט געטאׇן אַ ווילדן קייקלאון דו ווי אַ פאַריתומטער דערוויילשיער זיך געעקט אׇן יענעמס פרישן "לאַיקל".
נאׇר פאׇרט ס'אי דאׇ נאׇך יושר אויף דער וועלט – דער אויסגעפעלטער פריינד ז' צוריקגעקומען!אים אויף דעם פעיסבוק טוסטו גלייך אַ שטעלאַ טעפּל פרישע ווירטועלע בלומען.
Published on May 29, 2014 23:03
May 28, 2014
מוזעפיקאציע
ניט אַלץ וואׇס איז שקר איז פיקציע, ניט אַלץ וואׇס איז וואׇר איז אַ חלום ביים באַנעמען דעם אייבערשטנס דיקציע אין דעם טייוולשן תהום פון משלים.
וואׇס אַן אמת, מיט שכל צעקריגט זי זיך – די קאַפּריזנע, געכאׇליעטע מוזע און זי חברט זיך שטאַרק מיט דער פיקציע, לאַכט זיך אויס פון די אייזערנע כללים.
טוסט אַ קוק ווי גראַציעז אַלץ באַוויגט זי זיך און ווי רייצנדיג אׇטעמט איר בוזעם און פאַרכישופט פון געטלעכער דיקציע שאַפסט פאַר איר דיינע נייע משלים.
Published on May 28, 2014 14:38
May 26, 2014
אז ישיר memento mori
ἄρκτος-αρκούδα
ενθύμιο του θανάτου
איידער איך שטאַרב
איידער עס ווערט נאׇך אַלעמען
אַ ביסל פאַרב
פון האַרבסט
פון בלעטער ערשט געפאַלענע
אַ ביסל שקיעה־ליכט
פון קורצע בין־השמשותן
אויף ירושלמער בערג־געזיכט
מיט מילדקייט
ניט פאַרלאׇשענער
אַ זשמענקעלע
ביטחון־גראׇשנס
פון גרעסטע
אוצרות
טייערער
איידער איך פאַל
מיט בלעטערפאַל
צום יוצר־אור
אַ ליד, אַ לויב
צו־להכעיס העלישע פייערן
Published on May 26, 2014 13:39
May 22, 2014
אן אלט ליד פאָרגעלייענט פון יצחק ניבאָרסקי
-- --
Click on the "Player skin" above
מיין אַלטער עגאׇ
*דער יצר־הרע וויל דערווייזן
אַז ער איז שטאַרקער גאָר פון אייזן
ביז ער אַליין ווערט אַלט און גראָוואון שמייכלט שטיל צום יצר־טוב.
**מיין אַלטער עגאׇ,דער יונגער תרח,דערמאׇנט מיר אַז ניט יינגער ווער איך...
***דו ווערסט, מיין פריינד,
אַן אַלטער באָק,
ווייל הייבסט זיך אָן פאַרקוקן
אויף יונגע מיידלס האַלב
אַנטבלויזטע רוקנס...
נאָר ווייסן – ווייסט ניט מער
ווי גיט מען זיך אַן עצה
ווען דו דערזעסט
אַ מיידלש צאַפּלדיקע פּלייצע,
שוין אָפּגערעדט
פון שלאַנקע האַלדז־און־נאַקן...
דו קוקסט און גאַפסט,
נאָר בלייבן בלייבסט פאַרזשאַווערט,
אַלטגעבאַקן...
דו ווערסט, מיין פריינד,
אַן אַלטער באָק,
אַן אַלטער,
אַלטער תרח!
די מיידלעך –
האָבן דיך אין טראָק!
און איך מיט דיר אינאיינעם
(ניט טרעפן ס'זאָל ביי קיינעם,אויך ניט ביי גראׇווע זקנים) –
אויך איך אַלץ עלטער
ווער איך...
סעפּטעמבער, 2005
Click on the "Player skin" above
מיין אַלטער עגאׇ
*דער יצר־הרע וויל דערווייזן
אַז ער איז שטאַרקער גאָר פון אייזן
ביז ער אַליין ווערט אַלט און גראָוואון שמייכלט שטיל צום יצר־טוב.
**מיין אַלטער עגאׇ,דער יונגער תרח,דערמאׇנט מיר אַז ניט יינגער ווער איך...
***דו ווערסט, מיין פריינד,
אַן אַלטער באָק,
ווייל הייבסט זיך אָן פאַרקוקן
אויף יונגע מיידלס האַלב
אַנטבלויזטע רוקנס...
נאָר ווייסן – ווייסט ניט מער
ווי גיט מען זיך אַן עצה
ווען דו דערזעסט
אַ מיידלש צאַפּלדיקע פּלייצע,
שוין אָפּגערעדט
פון שלאַנקע האַלדז־און־נאַקן...
דו קוקסט און גאַפסט,
נאָר בלייבן בלייבסט פאַרזשאַווערט,
אַלטגעבאַקן...
דו ווערסט, מיין פריינד,
אַן אַלטער באָק,
אַן אַלטער,
אַלטער תרח!
די מיידלעך –
האָבן דיך אין טראָק!
און איך מיט דיר אינאיינעם
(ניט טרעפן ס'זאָל ביי קיינעם,אויך ניט ביי גראׇווע זקנים) –
אויך איך אַלץ עלטער
ווער איך...
סעפּטעמבער, 2005
Published on May 22, 2014 19:46
May 13, 2014
ווינט
---
צי קען מען דען געבוירן ווערן עלעגאַנט אׇן בלוט, אׇן שליים? אַזוי ווי יענע געטין, וואׇס איז אַרויס פון כוואַליעס שוים, פון ים – דער וועלטס ווירוואַר מיט הוילער ליבשאַפט צו פאַרגלעטן?
צי קאׇן דען דאׇס געבוירן ווערן זיין זויבער און ריין ווי לידער ביי פאׇעטן וואׇס קונציק שפּאַנען איין אין גראַם דעם אומרו און דעם פּיין אין יענער שעה אַן איינזאַמער, אַ שפּעטער?
דעם ענטפער ווייסט אפּנים רק דער ווינט וואׇס איבער אַלץ אויך ווייטער ווייען וועט ער נאׇר ווייען אׇן אַ שיעור – אַ קנאַפּ געווינס צו כאַפּן זין פון גאׇט, דעם איין־און־איינציקסטן צעווישן אַלע געטער.
Published on May 13, 2014 14:19
May 12, 2014
היינט איז מארגן
היינט איז מאׇרגן. דער נעכטן איז יאַקאׇס ניט געווען.
די צאַפּלדיקע וועלט, גלייך ווי ניט זי וואׇלט ערשט געשטאׇרבן,פאַרשלינגט דעם נעכטיקן געווייןמיט כלומרשט נייע דאגותצעשפּילט אויף טויזנט זאׇרגן,אין קרייז פון אוראַלט יונגן קאׇסמאׇס־חן – איידער זי ווערט אויפסניי פאַרדאׇרבן,איידער דער מאׇרגן ווערט אַ שטייןאַ שטומער עדות נאׇך דעם נייעם קרבן, נאׇך זיין פאַרטיליקטן געביין...
היינט איז מאׇרגן.
Published on May 12, 2014 11:12
May 6, 2014
די יונגשאפט גייט אוועקדי שיינקייט בלייבט זיך עלטערןאון בל...
די יונגשאפט גייט אוועקדי שיינקייט בלייבט זיך עלטערןאון בלויז דאס בלייביקע -- דער חןמיט ווידערקול מיט צאפלדיקן פון די עלטערןזיך נעסטיקט טיף אין דער נשמהביז צום ביין
Published on May 06, 2014 15:38


