Dov-Ber Kerler's Blog, page 25
November 9, 2013
מעשה שונרא
פאַרקויפט" האָב איך די פרומע קאַץ"בתרי זוזי, בתרי זוזידי גראָווע קאַץ געפאַרבט אויף שוואַרץגאָר אָט אַזייגאָר אָט אַזיי
און ס'טוט ניט באַנג די זוזים צווייוואָס איך האָב גלייך געקויפט פאַר זיימיין יינגעלע – אַ ציגעלעאַ ווייס ווי שנייאַ ווייס ווי שניי
נאָר ס'קערט זיך אום די פרומע קאַץאין נאָז ביי איר – רק פלייאון גיט דעם ציגעלע אַ קראַץאַ בייזן קראַץאוי וויי
האָב איך דער קאַץ שוין נײַן מאָל תריגעגעבן פון מיין טאַשאַבי דעם ציגעלע דעם ריינסזי זאָל ניט טאָן אַ נאַש
די פרומעוואַטע, "שוואַרצע" קאַץבאַלעקט זיך און באַקראַצטאון טוט אַלץ קוקן ווילד אַזויגלייך ס'וואָלט ביי מיר אין נאָז אַ פלויפאַרזוכט אַ המן־טאַש
דאַן זאָג איך צו דער קאַץ אַזוי
וואָס שטעקסטו דאָ? מה רעש?אָט שענק איך דיר נאָך צוויי גילדויןנ אָ ך צוויי גילדויןנ אָ ך צוויי גילדויןמיט סינגל מאָלט אַ פלאַש
דאָס ציגעלע פאַרלעקט די וואונדדי קאַץ ציילט איבער פונט נאָך פונטאיך ווינטש זיי ביידן רק געזונטעס לאָזט זיך אויס דער בלוטן־בונד
די מעשה -- ריינער שונדדי ביזנעס גייט צו גרונט
Published on November 09, 2013 16:45
November 5, 2013
Post by AHEYM - The Archives of Historical and Ethnograph...
Published on November 05, 2013 12:17
October 27, 2013
פון דעם יידישן עזבון פון קאָזמאַ פּעטראָוויטש פּרוטק...
פון דעם יידישן עזבון פון קאָזמאַ פּעטראָוויטש פּרוטקאָוו
די נאָז
ס'האָט אַן אומגליק מיר געטראָפן
ס'איז די נאָז פון מיר אַטלאָפן
די רשעים, מיינע שונאים, י
קרומלעך שמייכלען מיר אין פּנים
פון דער ווייט – אַ בייזער שפּאַס – י
כ'זע מיין נאָז שפּאַנט אויף דער גאַס
סאַראַ צרה, סאַראַ ווייטיק
אָט די נאָז איז מיר שטאַרק נייטיק
ס'איז אַ ביטערע פּאָטעכע
אַן דער נאָז, דורך מויל צו דעכען
כ'פיל קיין טעם ניט, כ'הער קיין ריחות
ס'האָט דער קיום קיין שום איכות
און דאָס לעבן – ביליק גראָז
אָן דעם אבר, וואָס הייסט: נאָז
כ'בין ווי אַ מיליאָן כינעזער
וואָס מ'האָט זיי געלאָזט אָן נעזער
איז האָב איך זיך געטאָן אַ נדר
אַז איידער וואָס און איידער איידער
מוז איך מיר די נאָז אומקערן
אַניט כ'וועל סתם משוגע ווערן
Published on October 27, 2013 09:24
October 21, 2013
טאָמער סטייען דיר די יאָרן
איבער בערג און איבער טאׇלן
לויפן, יאָגן זיך די יאָרן
און די אויסגעיינגטע כוחות
קוים זיי קלעקן נאָך. די מוחות
פון זכרונות אָנגעשוואָלן
און די טויבן וואָס זיי פליען
אַלץ אין פּאָרן
אַלץ אויף דרום
דעם סך־הכל אונטערציען
איבער וואַלד און פעלד אין קאָרן
שטרעק זשע אויס צו זיי דיין אָרעםאון צו זייער פליגל פאָכען
הייב אָן זינגען, זינגען, זינגען
איבער פעלדער, איבער וועלדער
בערג און טאָלן
טו זיי גריסן
טאָמער וועלן סטייען יאָרן דיין געזאַנג זאָל ווייטער פליסן
Published on October 21, 2013 08:59
October 11, 2013
Post by AHEYM - The Archives of Historical and Ethnograph...
Published on October 11, 2013 10:18
October 5, 2013
.זוכסט דעם דריטן. שוין צייט בענטשן מזומןוואו איז ער,...
.זוכסט דעם דריטן. שוין צייט בענטשן מזומןוואו איז ער, וואו, ער מוז דאָך צוריק קומען?יס'ברויט – ניט קיין מוציא – אַ גאַנצער לאַבןצעשניטן. קרישקעס וואַרטן אויף אַ זיסן דאַווןפון דריי פּאָר לעפצן ביים מזומן בענטשן.ידי שאָטנס ווערן לענגער אויף די ווענט שוין,ידאָס פלייש פאַרענדיקט, וויין – שוין אויסגעטרונקען.יוואו איז דער דריטער, וואָס האָט ערשט געזונגעןגלייך אָט־אָ־דאָ מיט אונדז, מיט אונדז צוזאַמען?יוואו ביסטו, ליבער מענטש, וואו טוסט זיך זאַמען?ימיר קוקן זיך אַרום נאָך דיר, מזומן בענטשן,יקיין סימן ניט, אפילו צווישן פרעמדע מענטשן.ינאָר קומען וועסט, דעראויף זאָל זיין אַ סימןמיט דיר אינאיינעם, זאַלבעדריט – מזומן־בענטשנס הימען.י
Published on October 05, 2013 19:54
זוכסט דעם דריטן, שוין צייט בענטשן מזומןוואו איז ער, וואו,...
זוכסט דעם דריטן, שוין צייט בענטשן מזומןוואו איז ער, וואו, ער מוז דאָך צוריק קומען?יס'ברויט – ניט קיין מוציא – אַ גאַנצער לאַבןצעשניטן. קרישקעס וואַרטן אויף אַ זיסן דאַווןפון דריי פּאָר לעפצן ביים מזומן בענטשן.ידי שאָטנס ווערן לענגער אויף די ווענט שוין,ידאָס פלייש פאַרענדיקט, וויין – שוין אויסגעטרונקען.יוואו איז דער דריטער, וואָס האָט ערשט געזונגעןגלייך אָט־אָ־דאָ מיט אונדז, מיט אונדז צוזאַמען?יוואו ביסטו, ליבער מענטש, וואו טוסט זיך זאַמען?ימיר קוקן זיך אַרום נאָך דיר, מזומן בענטשן,יקיין סימן ניט, אפילו צווישן פרעמדע מענטשן.ינאָר קומען וועסט, דעראויף זאָל זיין אַ סימןמיט דיר אינאיינעם, זאַלבעדריט – מזומן־בענטשנס הימען.י
Published on October 05, 2013 19:54
September 6, 2013
פּאַראַזיט
דער איינגעביסענער פּאַראַזיט,
דער טרויער,
זיצט און ער פאָנפעט און זידט
דיר אַריין אין אויער
אַז ער איז דער שענצטער,
דער עכטיקסטער גראַם
צום "דויער"...
האַק אים אַרויס,
דעם כאַם,
דורך פענצטער
דורך טיר־און־טויער,
ער זאָל מער ניט וואַגן
טאָן זיך אַ ריר,
דער גרויער.
נעם אים אָן ביים קראַגן
און וואַרף אים העט ווייט,
דעם צעלייגער,
זאָל ער ביי יענע,
ביי אַנדערע לייט
דערווייזן זיין גבורה,
דער פּגר.
נאָר אויך ווען כשורה
בלייבסט פונדערווייטנס
און אַ דערפרייטער
ווערסט בלויז – אַ צושויער
גלייך ווי ס'וואָלט זיך שפּרייטן
אַ פרעמדס פון פאַרצייטנס
אַ מעשה שהיה
צי אפשר אינגאַנצן
לא־היה;
ווער קאָן דאָס וויסן?
קומט ער דאַן ווידער צו־קריכן
ווי אַ פרישע פּאַרטיע וואַנצן
ווידעראַמאָל איז ער ניחא
זיין פאָנפעניש
פאַר דיר אויסצוטאַנצן
און ס'העלפט ניט
ס'פאַרהאַקן דעם טויער...
ווייל עמיץ געטאָן האָט פאַרפלאַנצן
דעם ביטערן זאָמען פון נאָגעניש
טיף אין דער רויערד
פון דיין חול און דיין מועד
און עס נויעט און נויעט און נויעט
און עס בריט און עס זידט
דער אומגעבעטענער פּאַראַזיט
טרויער
Published on September 06, 2013 21:36
August 6, 2013
מיר שטאַמען פון אדם הראשון,פון זיינעם פון ערשטיקן גאַנגאו...
מיר שטאַמען פון אדם הראשון,פון זיינעם פון ערשטיקן גאַנגאויף וועג און אויף שטעג,אויף בענק און אויף טישןמיט זיינעם אורשפּרינגלעכן דראַנג.
דורך שקר מיט אמת, אינצווישן,צום ווייטן און איינציקן ברעג –אַהערצו־צו טוט ער דערשיסןמיט ברכות פון אוראַלטע טעג.
און אין די שלייפן – ס'געוויסןמיט פרייד און מיט אַנגסטאון מיט טרייסטטוט יאָדערדיק קלאַפּן און שיסן:– דו ווייסט, ליבער ברודער, דו, ווייסט?
און ווידערקוליק טוסט גריסן:– דו, ווייסט, טאַטע זיסער,דו ווייסט!
און ווידער באַגרייפסטשוין אויף זיכערמיט קרעפטיקן זבענגווי מיט פויסט אויף קלאַווישן:מיר שטאַמען,מיר שטאַמען פון אדם הראשון!
Published on August 06, 2013 22:46
July 22, 2013
א געזאנג אין וואלד
אַ קול אין וואַלדוואו עס לעבט ניט גאָטאון קיין מענטשלעכן שאָרךניט דערשפּירסט צווישן ביימערוואו די יונגשאַפט ווערט אַלטאון דער סוד פונעם סאָדפאַרבלייבט ניט־דערהאָרכט,געשטרויכלט פון שטיינער...
אַ געזאַנג ניט פאַר דיר,ניט פאַר קיינעם געדאַכט –איבער אַלץ וואָס פאַרגעסט זיךאויף אייביק.
אויף אייביק?!
עס צעקרעכצט זיך –דאָס קול, דער געזאַנג און ס'דערוואַכטדער ביטחון אין אַלץ
וואָס איז שטאַרביקאון גלייביק
-
Published on July 22, 2013 14:26


