Dov-Ber Kerler's Blog, page 21
November 13, 2014
,דו ווייסט, מיין טרייסטווי טרייסטלאָז כ׳בין אָן דיראַ ליי...
,דו ווייסט, מיין טרייסט
ווי טרייסטלאָז כ׳בין אָן דיר
אַ ליידיק אָרט
אַ קנויל פון פּוסטקייט אָן אַ שיעור
אַ שירעם אָן אַ רעגן, אָן אַ זון
אַ קויל אָן גלי
אַ קול וואָס מוז פאַרבלייבן שטום
Published on November 13, 2014 09:20
October 24, 2014
-דו זעסט ווי ס'לויפט אַוועק דיר פאַר די אויגן ד...
-
דו זעסט
ווי ס'לויפט אַוועק דיר פאַר די אויגן די גאַַנצע וועלט.און טוסט פאַַרשטיין:
אָט באַַלד ווערסטו לחלוטיןאויסגעשטעלט.אַַז אויך אָָן דיר
די גאָָרע וועלט וועט טויגן, אַ מאָל פאַַרשוואַרצט,
אַַ מאָָל צעהעלט.רק דו וועסט צומאַכן אַַן אויג און – פאַַרבלייבט זי גאַַנץ עגאַַל,פון דיר פאַַרפעלט.
נאָר ניט קיין צאָרן
מאַַטערט דיך און וואונדיקטאון גאָר אָָן גאַלדערמאָָנסטו זיך
אין גרויסן וואונדער,זיין פּּראַַכט, זיין שללאון שטיל מיט קרומען,
נאָָר אַ גוטן שמייכל למען־השםוועסט פּּּראָסט־און־פּּּשוט טאָן אַַ זאָג,מיין וועלט,
דו לייגסט זיך אויפן שכל,נאָר וואָס זשע דען?
ביי מיר – עס טאָגט...

Published on October 24, 2014 13:44
-דו זעסט ווי ס'לויפט אַוועק דיר פאַר די אויגן די גאַנצע ו...
-
דו זעסט ווי ס'לויפט אַוועק דיר פאַר די אויגן די גאַנצע וועלט.און טוסט פאַרשטיין: אָט באַלד ווערסטו לחלוטין אויסגעשטעלט.אַז אויך אָן דיר די גאָרע וועלט וועט טויגן, אַ מאָל פאַרשוואַרצט, אַ מאָל צעהעלט.רק דו וועסט צומאַכן אַן אויג און – פאַרבלייבט זי גאַנץ עגאַל,פון דיר פאַרפעלט.
נאָר ניט קיין צאָרן מאַטערט דיך און וואונדיקטאון גאָר אָן גאַלדערמאָנסטו זיך אין גרויסן וואונדער,זיין פּּראַכט, זיין שללאון שטיל מיט קרומען, נאָר א גוטן שמייכל למען־השםוועסט פּּּראׇסט־און־פּּּשוט טאׇן אַ זאׇג,מיין וועלט, דו לייגסט זיך אויפן שכל,נאׇר וואס זשע דען?

October 2, 2014
אַ טויבע נאַכט אין דרויסן זיך צעוויקלטאפילו די לבנה שוויי...
אַ טויבע נאַכט אין דרויסן זיך צעוויקלט
אפילו די לבנה שווייגט חלשות־בלאַס
רק ווייטע שטערן בגילופין ווי באַפליגלט
אויף לשון־קודש זיך צעווערטלען מלא־שפּאַסמיט אייביק פרישן גרוס העט ממרחקים
פאַרטרייבנדיק אַיעטוויד שפּור פון שלאׇף
דערמאׇנען זיי דער וועלט בבחינת קו ונקי
אַז ס'קומט אַ נייער בראשית נאׇך אַיעדן סוף
Published on October 02, 2014 09:13
August 4, 2014
אין סאַמע בלי פון ווילנער זומערהיץדערהערסטו דורך פּלאַנשע...
אין סאַמע בלי פון ווילנער זומערהיץדערהערסטו דורך פּלאַנשעטסירענעס ערב פייער,וואׇס וואׇיען שאַרף אין תל אביב – באר שבע און ירושליםאון ס׳דאַכט דיר אויס די דראׇונג אׇן אַן עקוויל ווידער לעבעדיקן אומרו איבערשרייעןמיט אומגעצוימטער שנאה, גרויל און שרעק,אַ תל מאכן פון אַלץ וואׇס דיר איז ליב און טייער...פון אַלץ וואׇס האׇט אַ זינען און אַ צוועקאויף שפּורן קוים־קוים אויפגעהיטעפון דער פאַרטיליקטער ירושלים.ד׳ליטע
Published on August 04, 2014 14:00
June 18, 2014
Regards from Narcissus
אַ גרוס פון נאַרציסן
*מיין שוועסטערל, די קורצקייט, טוט מיינע שורות איבערקלייבן, אַז צו דער ערשטער יאׇרצייטרק איינע זאׇל פאַרבלייבן.
*אַלע פייגל זיך צעפלויגן? אַלע ליבעס זיך צערונען? אייסעך וואׇס! – ס'אי ניש געשטויגן! ס'איז נאׇך פול דער אַלטער ברונעם...
*אַַ גאַַנץ לעבן קלייבן שיימעס צונויפלאַטענדיק אַטעפּּיך ס'זאׇלן שפּּיגלען זיך די הימלען אויפן ברייטסטן קרקע־שטח...
*געגאַן פאַרביי אַן אַלטן צווינטער אינמיטן בלי פון אׇנהייב זומער און זיך דערמאׇנט אַז ביזן ווינטער איז בלויז אַ קאַצנשפּרונג אַ שטומער.
*טוסט אַ קוק: ניט אַלץ איז מעגלעך – ערגעצוואו ניט סטאַיען כוחות;נאׇר דאׇס סמעיען פליען טעגלעך טוט דיר ברענגען רקדערהויבנס.
* אַ גרוס פון נאַרציסן,ער לאׇזט אייך אַלע גריסןפון זיך, פון דער ווייטןאַבי עס געדענקען אים לייטן...
Published on June 18, 2014 14:54
Reagards from Narcissus
אַ גרוס פון נאַרציסן
*מיין שוועסטערל, די קורצקייט, טוט מיינע שורות איבערקלייבן, ביז צו דער ערשטער יאׇרצייטרק איינע זאׇל פאַרבלייבן.
*אַלע פייגל זיך צעפלויגן? אַלע ליבעס זיך צערונען? אייסעך וואׇס! – ס'אי ניש געשטויגן! ס'איז נאׇך פול דער אַלטער ברונעם...
*אַַ גאַַנץ לעבן קלייבן שיימעס צונויפלאַטענדיק אַטעפּּיך ס'זאׇלן שפּּיגלען זיך די הימלען אויפן ברייטסטן קרקע־שטח...
*געגאַן פאַרביי אַן אַלטן צווינטער אינמיטן בלי פון אׇנהייב זומער און זיך דערמאׇנט אַז ביזן ווינטער איז בלויז אַ קאַצנשפּרונג אַ שטומער.
*טוסט אַ קוק: ניט אַלץ איז מעגלעך – ערגעצוואו ניט סטאַיען כוחות;נאׇר דאׇס סמעיען פליען טעגלעך טוט דיר ברענגען רקדערהויבנס.
* אַ גרוס פון נאַרציסן,ער לאׇזט אייך אַלע גריסןפון זיך, פון דער ווייטןאַבי עס געדענקען אים לייטן...
Published on June 18, 2014 14:54
אַ גרוס פון נאַרציסן*מיין שוועסטערל, די קורצקייט, טוט מיי...
אַ גרוס פון נאַרציסן
*מיין שוועסטערל, די קורצקייט, טוט מיינע שורות איבערקלייבן, ביז צו דער ערשטער יאׇרצייטזאׇל איינע בלויז פאַרבלייבן.

DER YIDISHER VINT
דער יידישער ווינט
*דער יידישער ווינט האַלט אַלץ בלאׇזן און בלאׇזן –די יידישע קינדערלעך ר'וויל ניט פאַרלאׇזן... נאׇר זיי, אׇט־די קינדערלעך, זיי בלאׇזן זיך ניט רק זיי שטאַרקער פאַרפעסטיקן זייערע היט.
*האׇט מוישע געזאׇגט צו די יידן: געזעסן גענוג אויפן תוחעס שטייט אויף און פאַרגעסט פון מערידן און קומט אויפצונעמען די לוחות!..
*אמת, ווייט ניט יעדער ייד איז אַ שטיק אַנטיסעמיט, – ס׳איז אויך פאַראַן אַ כאׇפּטע יידן וואׇס פאׇרן סתם זיך אויף ירידן.
*און לוט איז געוואׇרן גוט שיכור...האׇט באַמערקט דאַן, כביכול, גאׇט – אַז ניט ניכטערקייט איז גאׇר דער עיקרווען מע ווערט גלאַט שיכור ווי לוט.
*די יידישע מוזע איז אַ יידישע מאַמע,פאַר איר קינד איז גרייט צו שפּאַלטן די ימען.נאׇר די יידישע שרייבער, וויי מיר און ווינד מיר,פירן זיי דען זיך אַלע ווי יידישע קינדער?
*און יאַנקל גענומען זיך ראַנגלעןמיט אַ מלאך, צי אפשר מיט זיך?ווער ווייסט ווי ווייט ס'וועט דערלאַנגען
דעם חלומס צעהיצטער קאַפּריז.
Published on June 18, 2014 14:47
VITA POETICA
וויטאַ פּאׇעטיקאַ
*ס'איז אַ וועלט פון גאׇלע שקרים – זי האׇדעווען די וועלט פון אמתמיט מעשיות, לידלעך און משלים, מיט ראׇמאַנען און פּּאׇעמעס.
*דריי אַזייגער, גאׇר פאַר פרי ווען אַלע ברואים שלאׇפן זינג שטיל אויסעט דעם "אף ברי"צום נייעם טאׇג טו האׇפן...
*ס׳איז שווער אויסצוזוכן די גראַמען פאַר אַלץ וואׇס איז דאׇ און וואׇס פעלט און דאׇך וויפל קלאַנגען ס׳פאַראַנען אויף אׇט־דער וואויל־רעשיקער וועלט.
*גענוג שוין מיט אַלטע חכמעס!אַז קיין נייע נאׇך אַלץ ניטאׇווערט דער מוח פאַרדאַרט, פארסאׇכניעט,פאַרשטעלט זיך פאַר אינקאׇגניטאׇ...
*ניט אַלץ וואׇס איז קורץ איז גוט,ניט אַלץ וואׇס איז לאַנג – גאׇר שלעכט.אַ חוצפּה איז לאוו דווקא מוט,באַשיידנקייט זעלטן בלייבט עכט.
* עס האׇבן די ווערטער אַ טבעבעת דו טוסט פון זיי געניסןצו פאַרלאׇזן נח'ס תיבהווי זייער אייגענעם געוויסן.
Published on June 18, 2014 14:39