Dov-Ber Kerler's Blog, page 2

September 8, 2020

.באריס קארלאווJuly 27 · דער נעכטיקער טאָג – אַ פּלאָגדער ...



.

באריס קארלאווJuly 27 · 

דער נעכטיקער טאָג – אַ פּלאָג
דער הײַנטיקער טאָג – אַ קלאָג
בלײַבט הייסט עס זאָרגן
איבער דעם מאָרגן – 
צו אים דײַן נשמה דערטראָג

18

Privalskaya Larisa, Moysha (Moisei) Lemster and 16 others 

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 08, 2020 08:15

.באריס קארלאווJuly 27 · דער נעכטיקער טאָג – אַ ...



.

באריס קארלאווJuly 27 · 

דער נעכטיקער טאָג – אַ פּלאָג
דער הײַנטיקער טאָג – אַ קלאָג
בלײַבט הייסט עס זאָרגן
איבער דעם מאָרגן – 
צו אים דײַן נשמה דערטראָג

18

Privalskaya Larisa, Moysha (Moisei) Lemster and 16 others 

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 08, 2020 08:15

וועלוולען

 



ץ



באריס קארלאווAugust 4 · 

איך גיי אויף אַ "קומזיץ" און ברענג מיט אַ ליד,
דער שײַטער צעבערנט זיך, די בולבעס – צעגליט,
די חברה – צעשפּרונגען, צעזונגען ביז גאָר – 
מײַן ליד זיך צעקלינגט מיט דעם היימישן כאָר.

מע רעדט און מע זינגט און מע טרינקט און מע קײַט,
די מיידלעך פאַרצונטערט, די יינגלעך פאַרשײַט,
די יידישע ווערטער פאַרניגונט מיט ברי
גליען ווי קויל איבער קעפּ, איבער קני.

און ס'קומען נאָך חברה אַ זינג טאָן מיט אונדז –
סײַ ענגער סײַ ברייטער דער קרײַז – סאַראַ קונץ!

אומצאָליקע זילבן פון מענטשלעך געזאַנג 
ווי שטערן אין הימל פון קאָסמישן דראַנג

אַלץ ווײַטער און ווײַטער פאַרשפּרייטן דעם אור
ביז קוילן מיט צונטער ס'דערגרייכט דער קאַיאָר.

.

10Moysha (Moisei) Lemster, Anna Wiesheu and 8 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 08, 2020 08:13

אויף א קומזיץ

 



.


באריס קארלאווAugust 4 · 

איך גיי אויף אַ "קומזיץ" און ברענג מיט אַ ליד,
דער שײַטער צעבערנט זיך, די בולבעס – צעגליט,
די חברה – צעשפּרונגען, צעזונגען ביז גאָר – 
מײַן ליד זיך צעקלינגט מיט דעם היימישן כאָר.

מע רעדט און מע זינגט און מע טרינקט און מע קײַט,
די מיידלעך פאַרצונטערט, די יינגלעך פאַרשײַט,
די יידישע ווערטער פאַרניגונט מיט ברי
גליען ווי קויל איבער קעפּ, איבער קני.

און ס'קומען נאָך חברה אַ זינג טאָן מיט אונדז –
סײַ ענגער סײַ ברייטער דער קרײַז – סאַראַ קונץ!

אומצאָליקע זילבן פון מענטשלעך געזאַנג 
ווי שטערן אין הימל פון קאָסמישן דראַנג

אַלץ ווײַטער און ווײַטער פאַרשפּרייטן דעם אור
ביז קוילן מיט צונטער ס'דערגרייכט דער קאַיאָר.

.

10Moysha (Moisei) Lemster, Anna Wiesheu and 8 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 08, 2020 08:12

August 27, 2020

ניטע

 



כ'האָב דיר געשריבן ניט איין, ניט צוויי ניט דרײַ

אַ פולע לידער האָב איך דיר געשריבן

דאָס שרײַבן דיר איז מיר געווען כּדאי

נאָר דיר, זעט אויס, איז דאָס געווען דערווידער

 

ווײַל לידער קאָן מען דאָך ניט אָנקאָרמען מיט זופּ

און מ'קאָן מיט זיי אויך כּלל ניט איבערשלאָפן

צי קען מען דען מיט גראַמען אָנפילן די שטוב

צי קען מען גליקלעך זײַן מיט אייטל סטראָפן

 

דו בלײַבסט נאָך אַלץ אי שיין, אי ריין, אי יונג

די יאָרן האָבן איבער דיר קיין שליטה

נאָר אַלץ וואָס קומט מיר מיטן האַרצבראָך אויף דער צונג

איז בלויז דער טעמפּער פּזמון – ניטע, ניטע, ניטע



Lonely Heart Photography by Johan Swanepoel | Saatchi Art

 



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 27, 2020 22:59

May 14, 2020

דער זומער -- אויסרעדאגירטערהייט









דער זומער איז אַן עקשן, ער וויל ניט, וויל ניט קומעןהגם אויף בייטן וואַקסן צעקווייטיקט שוין די בלומעןהגם די ביימער אויכעט זיך שאָקלען שטאַרק צעגרינטעדער זומער איז זיי חושד, וויל זיך פון דאַן אַהין טאָןוואוהין אַהין? – טוסט פרעגן און ס'ענטפערן די ווינטן:צו סאַמע קוואַל פון רעגן, צום וויכערס אורקוואַל בלינדן...
דער זומער זיך פאַרטײַעט, ער וויל זיך ניט צעבליעןפאַרציטערט מענטש און חיה באַלד גרייט פאַר אים זיך מיעןנאָר ער טוט אַלץ זיך הײַען, מיט שטראַלן טוט ניט בריעןדער פרילינג שוין פאַרבײַ איז און נאַט אײַך – אָסיען פריערפאַרחושכט גרינע וועלדער מיט פּוסטע שטעט און שטעטלעך – ווי גרויע שטיינער עלנטע, נעפּלדיק פּאַנדעמלעך...
נאָר ער, ער מוז דאָך קומען, אָנקומען סוף־כּל־סוף אוןצעקושן זיך מיט בלומען, אויסהיילן גרויל מיט האָפונגווײַל ניט אומזיסט די ביימער צעגרינטע זיך צעוויגן –אָט־אָט מיט טויזנט חנען צעוויקלט זיך זײַן ניגוןדערווײַל זשע בלאָזן ווינטן, צעיושעט זיך דער רעגןס'פאַרהײַעט זיך דער ווינטער אויף די פּאַנדעמער וועגן    


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 14, 2020 23:37

דער זומער

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 14, 2020 12:56

May 9, 2020

ס'גייט אויס די נשמה...

באריס קארלאווMay 10, 2019 at 4:35 PM ·  \אויסרעדאַגירט\ס'גייט אויס די נשמה...(מען קאן דאָס זינגען לויט דער מעלאָדיע פון "מאַרגאַריטקעס")ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
די גראַמען צעקלינגען זיך קוים
אַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרלירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בויםצי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנג
צו קומען, מײַן ליבע, צו דיר
צי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנג
פון ליד וואָס זײַן טיאָכקע כ'דערשפּירס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,
און ס'האַרץ זיך אויפרײַסן איז גרייט
אַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּט
אָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייטצי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינט
צו לינדערן ווייטאָג מיט קלאַנג
צי קאָן ער פארוואַנדלען די צײַט וואָס פאַרשווינדט
אין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנגס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
איר ליד ווערט פאַרשטומט אינעם רוים
אַ פויגל פאַריאָמערט מיט פליגל צעפירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים 10Moysha (Moisei) Lemster, Velvl Chernin and 8 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 09, 2020 21:49

November 19, 2018

פון טיפער פרייד, פון וויי

=


אַ לידער־קלעטער, צי אַ לידער־פליצו־מאָל אין שפּעטסטער שפּעטווען ס'ווערט שוין גראָד גאַנצפרי
צו־מאָל אינמיטן גאַנג פון גיכן טאָגוואָס זשאַלעוועט אַ גלעטקיין צײַט ער ניט פאַרמאָגט
אַ לידער־וואונדער, צי אַ לידער־וואונדאַ פלאַם אַ קוועלכל וועקטאַ הימל גרייכט צום גרונד
אַ לידער־אָטעם, צי אַ לידערגרוסאין יעדן וואָרט עס שטעקטדי מעגלעכקייט פון מוז
אַ ליד־געזאַנג, צי גאָר אַ ליד־געשריי פון טיפער פרייד, פון וויי
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 19, 2018 10:59

September 11, 2018

לאָמיך זײַן דײַן שמייכל





לאָמיך זײַן דײַן היילונג, לאָמיך זײַן דײַן שכרוואָס זאָל דיך דערהייבןזײַן דײַן אונטערשפּאַר.
לאָמיך מיט דיר טיילןאַלץ וואָס איז כּדאַיאיבער דעם צו קוועלןפליען פראַנק־און־פרײַ.
נאָר ס'ווײַזט אויס, ס'ווײַזט אויס זיךצו ברייט איז הימל־ערד,אַז מײַן פלי זאָל טויגןצו שענקען דיר די וועלט.
טראָפּעלעך ביטחון,מיט שטיקלעך גרויסער פרייד –איז דאָס אַלץ וואָס כ'יכולשענקען אַלטערהייט?..
לאָמיך זײַן דײַן שמייכל,אַ שפּעלטעלע פון גליק –די פייגל אינדערהייכןפליען באַלד צוריק.
נאָר כּל־זמן זיי פליעןמיט זייער פליגל־פאָך,קלערער ווערט די ראיהליכטיקער דער יאָך.



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 11, 2018 09:26