Dov-Ber Kerler's Blog, page 3
September 2, 2018
כ'בין אַרויס אויפן וועב
      -
באריס קארלאווJune 5, 2013 · Bloomington · כ'בין אַרויס אויפן וועב
זיך צו באַקענען
זיך אַרומצונעמען
מיט דער ברייטער וועלט
כ'בין אַרויס אנדערפרי
און געבלאָנקעט ביז שפּעט
איבער וועג, איבער שטעג
סיי פון הי
סיי פון העט
און געפונען אַ טויזנט זכותים
פאַר דער ברייטער וועלט'ס
גרויסע שטותים
פאר אירע קליינטשיקע
מעלות
וואָס מינטערן־אויף אויף אַ וויילע
און פון ביידע גענאַשט די ברכה
צו ווערן אין קושיות אין נייע
פאַרקאָכן
גענאַשט אויך כסדר
נייע קאַשעס
וואָס זידן און קאָכן
אין דעם אינגעווייד
פון דער וועלט
אין די רחבותן ברייטע
איבער וועבישע שטרעקעס
צעשפּרייטע
און געוואָרן אַליין
אין דעם אַלץ איינגעוועבט
אין דער פּויטינע
אויסגעשפּינט אָן אַן עק
און זיך אונטערגעגעבן:
נו שוין, אויסגעשעפּט!4 Shares 6Itzik Horn, Bobbi Zylberman and 4 others
    
    
    באריס קארלאווJune 5, 2013 · Bloomington · כ'בין אַרויס אויפן וועב
זיך צו באַקענען
זיך אַרומצונעמען
מיט דער ברייטער וועלט
כ'בין אַרויס אנדערפרי
און געבלאָנקעט ביז שפּעט
איבער וועג, איבער שטעג
סיי פון הי
סיי פון העט
און געפונען אַ טויזנט זכותים
פאַר דער ברייטער וועלט'ס
גרויסע שטותים
פאר אירע קליינטשיקע
מעלות
וואָס מינטערן־אויף אויף אַ וויילע
און פון ביידע גענאַשט די ברכה
צו ווערן אין קושיות אין נייע
פאַרקאָכן
גענאַשט אויך כסדר
נייע קאַשעס
וואָס זידן און קאָכן
אין דעם אינגעווייד
פון דער וועלט
אין די רחבותן ברייטע
איבער וועבישע שטרעקעס
צעשפּרייטע
און געוואָרן אַליין
אין דעם אַלץ איינגעוועבט
אין דער פּויטינע
אויסגעשפּינט אָן אַן עק
און זיך אונטערגעגעבן:
נו שוין, אויסגעשעפּט!4 Shares 6Itzik Horn, Bobbi Zylberman and 4 others
        Published on September 02, 2018 22:38
    
א קראנץ
      -
באריס קארלאווJune 6, 2016 · דו געדענקסט אים אוודאי,
זיינע האר, זיינע אויגן
און זיין הילכיקן קול
וואס פלעג אויפוועקן ווענט
דעם געשפרעך עד-לא-ידע
מיט שפיצלעך וואס טויגן
פאר קונדסים אן צאל
אין געלעכטער פארשווענדטדו געדענקסט און דו זאגסט
ס'איז גוט צו געדענקען
זיך דערמאנען אמאל
אין זיין גלאנץ-עלעגאנץ
און דערשפירסט אז עס טאגט
שוין דער עכא פון בענקען
ווי פון הארצן אן עול
ברענגסט זיין נעכטן א קראנץ
  
    
    
    באריס קארלאווJune 6, 2016 · דו געדענקסט אים אוודאי,
זיינע האר, זיינע אויגן
און זיין הילכיקן קול
וואס פלעג אויפוועקן ווענט
דעם געשפרעך עד-לא-ידע
מיט שפיצלעך וואס טויגן
פאר קונדסים אן צאל
אין געלעכטער פארשווענדטדו געדענקסט און דו זאגסט
ס'איז גוט צו געדענקען
זיך דערמאנען אמאל
אין זיין גלאנץ-עלעגאנץ
און דערשפירסט אז עס טאגט
שוין דער עכא פון בענקען
ווי פון הארצן אן עול
ברענגסט זיין נעכטן א קראנץ
        Published on September 02, 2018 22:33
    
אַ נייער לייוויק
,
באריס קארלאווJune 3 · דו ביסט אַ נייער לייוויק
נאָר ס׳פעלט דיר אויס זיין דור
ווי לייוויק ביסט ניט אייביק
ווי לייוויק ביסטו וואָר
צו אַלץ וואָס איז אויפהייביק
מיט אַלץ וואָס גייט פאַרביי
און ווערט געשליידערט גלייביק
אין אומרו פראַנק־און־פריי
דו ביסט אַ נייער טרוימער
וואָס חלומט אויף דער וואָר…
מה נדבר... מה נאמר…
אַז ס׳פעלט דיר אויס דיין דור1 Comment1 Share 19Stephen Simons, Victoria Alexeeva and 17 othersLikeCommentShareComments
 Moysha (Moisei) Lemsterדו ביבט א נייער בית-לייוויק....3ManageHaha · Reply · 13w
Moysha (Moisei) Lemsterדו ביבט א נייער בית-לייוויק....3ManageHaha · Reply · 13w
  
        Published on September 02, 2018 22:28
    
עס טרעפט אַמאָל
      -
באריס קארלאווJune 3 · עס טרעפט אַמאָל
דער חושך ווערט
געדיכטער און געדיכטער
אַז ס´איז בפירוש ניט כּדאי
צו בלייבן וואַכיק ניכטער
אַז ס´לעשט זיך אויס
די לעצטע שײַן
אָן ברעקל בין־השמשות
און אַז די שרעקלעך
שווערע פּײַן
ווערט איינציקע ממשות
נאָר איבער אַלץ
און איבער אַל
ס´דערבאַרעמט זיך
דער ריכטער,
דורך צרות קשות
פרישער שטראַל
קוים־קוים צו דיר
דערקריכט ער
טאָ בענטש אים הייס
אָט יענעם שטראַל
פון אייביקלעכע ליכטער
וואָס ברענען
אינעם גאָטס וועלטאַל,
אים מאַכן
אויפגעריכטער 14טבי שקלאווער, Hava Shmulevich and 12 others
    
    
    באריס קארלאווJune 3 · עס טרעפט אַמאָל
דער חושך ווערט
געדיכטער און געדיכטער
אַז ס´איז בפירוש ניט כּדאי
צו בלייבן וואַכיק ניכטער
אַז ס´לעשט זיך אויס
די לעצטע שײַן
אָן ברעקל בין־השמשות
און אַז די שרעקלעך
שווערע פּײַן
ווערט איינציקע ממשות
נאָר איבער אַלץ
און איבער אַל
ס´דערבאַרעמט זיך
דער ריכטער,
דורך צרות קשות
פרישער שטראַל
קוים־קוים צו דיר
דערקריכט ער
טאָ בענטש אים הייס
אָט יענעם שטראַל
פון אייביקלעכע ליכטער
וואָס ברענען
אינעם גאָטס וועלטאַל,
אים מאַכן
אויפגעריכטער 14טבי שקלאווער, Hava Shmulevich and 12 others
        Published on September 02, 2018 22:24
    
זי איז געקומען מלא פרייד
      -
באריס קארלאווJune 3 · זי איז געקומען מלא פרייד
געבראַכט אַ פרישן ניגון
און ס´האָט איר שמייכל
שטילערהייט
אומזין מיט זין פאַרזיוווּגט
און ס´האָט געדאַכט
אַז האַרציק ברייט
די גאַנצע וועלט
באַפליגלט
איר לויטער שמייכל,
מיט איר פרייד,
איר אויסגעבענקטער ניגון
און האָסט פאַרשטאַנען
ס´איז אַ נס
וואָס הילכיק בענטשט
זיין נאָמען
אַז ביזן סוף
געדענקען וועסט
איר אָנקומען מסתּמא
זי איז געקומען
פול מיט ליכט
מיט אָפּשײַן פון גן־עדן
און האָסט דערקענט
אין איר געזיכט
דעם טעם
פון וועלטן ביידע1 Share 10Stephen Simons, טבי שקלאווער and 8 others
    
    
    באריס קארלאווJune 3 · זי איז געקומען מלא פרייד
געבראַכט אַ פרישן ניגון
און ס´האָט איר שמייכל
שטילערהייט
אומזין מיט זין פאַרזיוווּגט
און ס´האָט געדאַכט
אַז האַרציק ברייט
די גאַנצע וועלט
באַפליגלט
איר לויטער שמייכל,
מיט איר פרייד,
איר אויסגעבענקטער ניגון
און האָסט פאַרשטאַנען
ס´איז אַ נס
וואָס הילכיק בענטשט
זיין נאָמען
אַז ביזן סוף
געדענקען וועסט
איר אָנקומען מסתּמא
זי איז געקומען
פול מיט ליכט
מיט אָפּשײַן פון גן־עדן
און האָסט דערקענט
אין איר געזיכט
דעם טעם
פון וועלטן ביידע1 Share 10Stephen Simons, טבי שקלאווער and 8 others
        Published on September 02, 2018 22:15
    
פון פּוילן
      -
באריס קארלאוו updated his status.
May 31, 2017 ·
י***
.ווידער הערסט דעם קלאַנג דעם הוילן
פון פאַריאָמערטן עשירות
ניט פון גבירשאַפט, ניט פון האַנדלען
נאָר פון לעבן אויסגעקוילעט
פון זײַן קאָכעדיקן וואַנדל
איבער וואָגל, וועגן, וויגן
אויסגעליידיקט אַלץ, אַנטשוויגן
איבער פלאַכן לאַנד פון פּוילן..
***
ס׳טוט אַ לעבעדיקן כאָרכל
און עס ריזלט אַן אַ סוף
מיט אַ שאַרפן, פרישן שאָרכל
רײַך און מונטער – זין און שטאָף,קיינער גראָבט זי ניט אַרונטער,
קיינער שטערט איר גאָרנישט ניט
פײַער־פלאַם פון הייסן צונטער
רייד, גערייד, געשריי און ליד.און איר שכנה, וויי און ווינד איר,
ניט זי זשיפּעט, ניט זי גרינט,
טויט איר היים, פאַרטויבט די קינדער –
ווי פּאָלאָווע אויפן ווינט.פּויליש, פּויליש, ס׳פרייט דײַן ניגון,
דײַנע זאַפטיק וואָרע רייד,
נאָר דײַן שכנה – טויט אַנטשוויגן,
אומגעקומען יונגערהייט.אומגעקומען? ניין דערמאָרדעט,
גלײַך ז׳איז גאָר דאָ ניט געווען,
אסור דאַרן ס׳זאָל דײַן גומען
וואָס איר קול קאָנסט ניט דערזען....
***
אַ הויכער לאַמטערן שטייט און לובלין
גלײַך ווי אַ גרויסינקער קוימען
עס שפּרייט זיך אַ לאָנקע אַ ברייטע נאָך אים
די גראָזן מיט בלי אײַך דערשטוינעןדאָרט וואו זיי וואַקסן אַמאָל האָט געבליט
דאָס יידישע לעבן לובלינער
אַצינד נאָר די גראָזן זיך האָבן פאַרהיט
און די לאָנקע זיך גרינט אָן שום קינהגעשטעלט האָבן מענטשן לובלינער דעם סלופּ,
דעם הויכן און גרויסן לאַמטערן
ער זאָל כאָטש דערמאָנען דעם יידישן דוך
וואָס פלעג טיף אַהער טאָן געהערןטאָג אײַן ווי טאָג אויס, מעת־לעת נאָך מעת־לעת
ער ברענט דער לאַמטערן בן־עמוד,
דאָס פײַערל פליקערט: פאַרגעס־ניט־פאַרגעס,
נאָך די יידן אַ שטיקל נר־תּמיד
1 Comment 2Marek Tuszewicki and Moises Kijak
LikeCommentShareComments 
Lea Szlanger
באריס-בער , שיין , ניין אומעטיק. זיין געזונט און מצליח. מיט הארציקע גרוסן לאה.Manage
Like · Reply · 13w
    
    
    באריס קארלאוו updated his status.
May 31, 2017 ·
י***
.ווידער הערסט דעם קלאַנג דעם הוילן
פון פאַריאָמערטן עשירות
ניט פון גבירשאַפט, ניט פון האַנדלען
נאָר פון לעבן אויסגעקוילעט
פון זײַן קאָכעדיקן וואַנדל
איבער וואָגל, וועגן, וויגן
אויסגעליידיקט אַלץ, אַנטשוויגן
איבער פלאַכן לאַנד פון פּוילן..
***
ס׳טוט אַ לעבעדיקן כאָרכל
און עס ריזלט אַן אַ סוף
מיט אַ שאַרפן, פרישן שאָרכל
רײַך און מונטער – זין און שטאָף,קיינער גראָבט זי ניט אַרונטער,
קיינער שטערט איר גאָרנישט ניט
פײַער־פלאַם פון הייסן צונטער
רייד, גערייד, געשריי און ליד.און איר שכנה, וויי און ווינד איר,
ניט זי זשיפּעט, ניט זי גרינט,
טויט איר היים, פאַרטויבט די קינדער –
ווי פּאָלאָווע אויפן ווינט.פּויליש, פּויליש, ס׳פרייט דײַן ניגון,
דײַנע זאַפטיק וואָרע רייד,
נאָר דײַן שכנה – טויט אַנטשוויגן,
אומגעקומען יונגערהייט.אומגעקומען? ניין דערמאָרדעט,
גלײַך ז׳איז גאָר דאָ ניט געווען,
אסור דאַרן ס׳זאָל דײַן גומען
וואָס איר קול קאָנסט ניט דערזען....
***
אַ הויכער לאַמטערן שטייט און לובלין
גלײַך ווי אַ גרויסינקער קוימען
עס שפּרייט זיך אַ לאָנקע אַ ברייטע נאָך אים
די גראָזן מיט בלי אײַך דערשטוינעןדאָרט וואו זיי וואַקסן אַמאָל האָט געבליט
דאָס יידישע לעבן לובלינער
אַצינד נאָר די גראָזן זיך האָבן פאַרהיט
און די לאָנקע זיך גרינט אָן שום קינהגעשטעלט האָבן מענטשן לובלינער דעם סלופּ,
דעם הויכן און גרויסן לאַמטערן
ער זאָל כאָטש דערמאָנען דעם יידישן דוך
וואָס פלעג טיף אַהער טאָן געהערןטאָג אײַן ווי טאָג אויס, מעת־לעת נאָך מעת־לעת
ער ברענט דער לאַמטערן בן־עמוד,
דאָס פײַערל פליקערט: פאַרגעס־ניט־פאַרגעס,
נאָך די יידן אַ שטיקל נר־תּמיד
1 Comment 2Marek Tuszewicki and Moises Kijak
LikeCommentShareComments
 
Lea Szlanger
באריס-בער , שיין , ניין אומעטיק. זיין געזונט און מצליח. מיט הארציקע גרוסן לאה.Manage
Like · Reply · 13w
        Published on September 02, 2018 22:11
    
פויליש
באריס קארלאוו shared a memory.May 30 · ס׳טוט אַ לעבעדיקן כאָרכל
און עס ריזלט אַן אַ סוף
מיט אַ שאַרפן, פרישן שאָרכל
רײַך און מונטער – זין און שטאָף,
קיינער גראָבט זי ניט אַרונטער,
קיינער שטערט איר גאָרנישט ניט
פײַער־פלאַם פון הייסן צונטער
רייד, גערייד, געשריי און ליד.
און איר שכנה, וויי און ווינד איר,
ניט זי זשיפּעט, ניט זי גרינט,
טויט איר היים, פאַרטויבט די קינדער –
ווי פּאָלאָווע אויפן ווינט.
פּויליש, פּויליש, ס׳פרייט דײַן ניגון,
דײַנע זאַפטיק וואָרע רייד,
נאָר דײַן שכנה – טויט אַנטשוויגן,
אומגעקומען יונגערהייט.
אומגעקומען? ניין דערמאָרדעט,
גלײַך זי׳ז גאָר דאָ ניט געווען,
אסור דאַרן ס׳זאָל דײַן גומען
וואָס טוסט איר ניגון ניט דערזען...
.פּוילן, סוף מײַ 2017
        Published on September 02, 2018 22:04
    
די פייגל דאַוונען שחרית
באריס קארלאווMay 29 · די פייגל דאַוונען שחרית מלא־חן
אויף כּלערליי אופנים, ליכטיק קלאָר
מיט זייער זינג־געזאַנג די ליכט צעשפּרייט
די פליגל פון דערוואַכונגען קאַיאָר
אַ נייער טאָג איז ווי אַ נייער נס
און דער געזאַנג פון פייגל איז אַן אות
אַז וואונדערלעך ז'דער אָנקום פון מעת־לעת
ווי אַ באַנייטע אויסשפּראָצונג פון גראָז
און גלייבן ווילסט ס'עט תמיד זיין אַזוי
אַ פייגל תפילה אייביק קלינגען וועט
ווען צווישן שיין און אומשיין עטוואָס גרויט
דער דראַנג צו סאַמע פרי פון טיפער שפּעט
די פייגל טרעלן ווייטער, בענטשן טוי
דער יונגער אינדערפרי איז מער ניט גרוי
.3 Comments1 Share 23Stephen Simons, Faivel Lev and 21 others
        Published on September 02, 2018 22:02
    
דו זוכסט דעם וועג צו זיך אַליין
באריס קארלאווMay 24 · דו זוכסט דעם וועג צו זיך אַליין
און טוסט אים קוים געפינען.
אַליין איז די נשמה ריין,
נאָר גאָרניט דעם אַליין אַליין
האָסטו דאָך אין זינען.דו גייסט און גייסט און קוים דערגייסט
ביז פּלוצים, מיטנדרינען –
אַלץ וואָס דו מיינסט אַז דו פאַרשטייסט
צו אַל די רוחות – דער רוח זיי ווייסט! –
טוט פון פאַַרשטאַנד אַַנטרינען.נאָר ס'מאַַכט ניט אויס, אַבי דו גייסט
און שמייכל טוט דיך רימען,
אַַיעטוויד שפּּאַַן באַַגריסטו הייס,
ס'געראָט דעם גאַנג אַליין גאַנץ דרייסט
צו זיין דיין גוטער סימן 10Markus Glutzenbaum, Yoel Levy and 8 others
        Published on September 02, 2018 21:10
    
דו-דו-דו-דו (אַ סאָנעט פאַר דיר און איר)
באריס קארלאווMay 19 ·
גאָט אַליין באַשערט דיר מײַן יידיש ליד –
מאַכן ליכטיקער דײַן אינדערוואָכן,
צווישן יאָך וואָס מאַטערט, מידער פון מיד,
און דעם אומרו וואָס טוט אין דיר קאָכן.
גאָט אַליין ט׳באַשאַפן מיר דײַן געהער
מאַכן געראַמער מײַן איין־אַליינקייט,
כ'זאָל דערזען פונדערווײַטנס ווער איז ווער,
שעפּן טרייסט פון דײַן קלאָר־קלאָרער שיינקייט.
און ווען כ'רוף אַרויסעט: "ס'ניטאָ קיין גאָט,
ס'איז ניטאָ גאָר קיין יושר. אַלץ שימלט!.."
ווייסטו גוט, ס'ניט מער ווי אַ נאַרנשפּאָט
פון פאַרבאָרגענעם הימל וואָס דרימלט.
גאָט אַליין באַשענקט מיך מיט דיין געזיכט
כ'זאָל אין אים דערזען דײַן בליק און איר ליכט
. 4Nahum Kotikov, Bobbi Zylberman and 2 others
        Published on September 02, 2018 21:08
    



