Dov-Ber Kerler's Blog, page 5
January 10, 2018
אַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,
January 6 at 7:59pm · Jerusalem, Israel · אַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,
אַ ווינטל העשעט
און דאָס געזאַנג צו דיר, צו דיר
אַרויס פון וושט
דורך לונגען אויף דער פרייער לופט
זיך מעכטיקט
דערלאַנגען העט־העט ווייט צו דיר
אי ריין, אי עכטיקאון אין דער שטילקייט
פון דער נאַכט
ווען שאָטנס שלאָפן
דאָס האַרץ זיך ראַנגלט
בלייבן וואַך
און אָפןאַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,
אַ ווינטל פלעמלט
און דאָס געזאַנג צו דיר, צו דיר
ניט דרעמלט
און ווען ס׳עט קומען אינדערפרי
די שיין די העלע
באַפליגלען ס׳וועט דיין רייפן פלי
מיט לויטער קוועלןאון אין געלויפן
פון דעם טאָג
מיט זיינע דאגות
איבער דער פּיין
איבער דעם פּלאָג
טו שטייגןLikeCommentShare 18Yochi Hoffer, Regine Bloch-Fiderer and 16 othersComments
 Yochi Hofferחזק, חזק!!!!ManageLike · Reply · 3d
Yochi Hofferחזק, חזק!!!!ManageLike · Reply · 3d באריס קארלאוו replied · 1 Reply
באריס קארלאוו replied · 1 Reply
   Nikki Olniänskyזייער שיין!1ManageLike · Reply · 3d
Nikki Olniänskyזייער שיין!1ManageLike · Reply · 3d באריס קארלאוו replied · 1 Reply
באריס קארלאוו replied · 1 Reply Write a comment...
Write a comment...
  
        Published on January 10, 2018 21:57
    
טאָג־טעגלעכקייט
December 6, 2017 · Yibin, China · .
יעדן טאָג די זעלבע מעשה,
יעדן טאָג די זעלבע זאַך --
בינען זשומען, פליגן בייסן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכטרויש פון טעג מיט לויזע נעכט און
פלי געפלי מיט זשומעריי --
מיט דער וואָר צונויף זיך פלעכטן
סיי מיט צוואַנג, סיי פראַנק־און־פרייאון די בייסעניש פון פליגן
מיט דעם שטאָלצן בינען רויש
דיך פאַרכישופן, פאַרוויגן
קוים פון זיי דרייסטו זיך אויסיעדן טאָג דער זעלבער עסק
מיט דעם זעלביקן געדריי
ערנסט, לעכערלעך און שווייסיק
שטראָמט טאָג טעגלעכקייט אַלייןנאָר וואָס דען זשע? דו פליסט ווייטער
טאָג נאָך טאָג פון מוטערטראַכט --
זשום מיט בייסעניש זיך בייטן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכטLikeCommentShare 14Eli Preminger, Rachel Baumel and 12 othersComments
 Velvl Cherninאט די שורות רעשן באזונדערס איבער: בינען זשומען, פליגן בייסן
Velvl Cherninאט די שורות רעשן באזונדערס איבער: בינען זשומען, פליגן בייסןאון דערנאָך פאַלט צו די נאַכט2ManageLike · Reply · 4w
 Moysha (Moisei) Lemsterאון אן זיי, וועט די נאכט ניט צופאלן?1ManageWow · Reply · 4w
Moysha (Moisei) Lemsterאון אן זיי, וועט די נאכט ניט צופאלן?1ManageWow · Reply · 4w
   באריס קארלאוו Ночь, улица, фонарь, аптека – זאָל דאָס אונדזער גאָרטן זײַן?1ManageLike · Reply · 4w
באריס קארלאוו Ночь, улица, фонарь, аптека – זאָל דאָס אונדזער גאָרטן זײַן?1ManageLike · Reply · 4w Write a comment...
Write a comment...
  
        Published on January 10, 2018 21:53
    
ס'קומט צו גיין אַלץ עפטער
December 6, 2017 · ס'קומט צו גיין אַלץ עפטער
דער זכרון:
ס'איז געווען ערשט נעכטן
צריק מיט יאָרן.יאָרן לאַנגע, יאָרן שלאַנקע
נאָר ניט באַנגע --נעכטן ערשט צום ערשטן מאָל
געגאַנגען,
נעכטן ערשט אַלץ מיטאַמאָל
באנומען, --גראָזן, הימל, זאַנגען
לעבעדיקע שטומעןאיבער בערגל פּלוצים,
מיטן ווינט פאַרסמט,
גריסט דיך, דעם דריי־יאָריקן,
דער ים!יאָרן לויפן, ס'בייטן זיך די צייטן
רק זכרון וויל זיך גאָרניט בייטןס'איז געווען ערשט נעכטן
קריק מיט פעטע יאָרן --
אוי, ווי ס'קומט אַלץ עפטער
דער זכרוןLikeCommentShare 10Sean Joseph, Kinnor David and 8 others
        Published on January 10, 2018 21:51
    
מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע
November 29, 2017 · Bloomington, IN · מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע
אַן איידעלע
נאָר וועדליק דיר איז עס ווי דאָס געזאַנג
פון פייגעלע
אַ פּשוטע, געוויינטלעכע מיסטעריעאויף ניסים האַלט זיך אַלץ
סיי תוך, סיי פּעריפעריע
און יעדן קלאַפּ פון האַרץ
דעם לעבנס אַרטילעריעאיז פּשוט צו באַנעמען
און באַוואונדערן
בעת שטילן אונטערגאַנג
בעת אויפגאַנג מונטערןדאָס ליד איז אפשר טאַקע אַ מאַטעריע
כל־זמן זײַן קלאָרן גײַסט
אויפנעמען
ביסט אַ בריהLikeCommentShare 10Michael Dunajevský, Samuel Bak and 8 others
        Published on January 10, 2018 21:49
    
מע דערקענט קוים פון דער ווייטנס
מע דערזעט קוים פון דער ווייטנס:
ס'איז אַ שמייכל, אַ געוויין?
צי דער שמייכל טוט פאַרבייטן
ווייטאָגן טיף ביז צום ביין?נאָר פונדעסטוועגן פארשטייט מען,
ס'איז דער סאַמע טעם און זין,
פון די יאָרן ניט פאַרוועלקטע,
פון די יאָכן וואָס דעריןגייט פאַרביי סיי ליד, סיי לעבן,
נאָָר עס טאָר גאָרניט פאַרביי
נאָכן סוף פון אַלע וועגן
הייבט זיך אָן דער גאַנג אויפסניי.און דערנאָך, נאָך יאָרן פילע,
מוזן וועט די וועלט דערזען,
ס'אַ געזאַנג פון לויטער תפילה,
ס'איז אַ גרוס וואָס ווען־ניט־וועןוועט צו אַלעמען דערגרייכן,
מלא פּיין און מלא חן --
אי געוויין, אי קלאָרער שמייכל,
אויסגעלייטערט שטיין־און־ביין.LikeCommentShare 11Michael Singer, Michael Dunajevský and 9 othersCom
        Published on January 10, 2018 21:47
    
וועלוולען מיט ליבשאפט
November 18, 2017 · Bloomington, IN · .ווען אַלע ווערטער ווערן מיד
און ס׳דאַכט זיך –אָט באַלד דער וועלטישער יריד
פאַרמאַכט זיך, –ניט צוים דעם אומרו פון דיין ליד
און האַלט זיך,באַנײַ כקדם יעדן צווײַג,
וואָס שפּאַלט זיך.ווײַל אויך די שפּאַלטונג און דער בראָך
פאַרגייען;און נייע ברכה קומט אָן דאָך
מיט ווייען.מחדש זײַ דײַן ליד אויפסנײַ
ווײַל נאָכןגרעסטן ספק ווערט באַנײַט
בטחון!LikeCommentShare 16Беккер Дмитрий, Eli Preminger and 14 othersComments
 Velvl Cherninטייערער באריס, א הארציקן ישר-כוח דיר פאר דיין גוטמוטיק פאעטיש טרייסטלען. דו קענסט מיך דאך. איך בין פול מיט בטחון. אויף העברעיש איז דאס אזוי אומעגלעך זאגן. נאך א מאל א ישר-כוח און א גוטן ראש חודש דיר.2ManageLike · Reply · 7w
Velvl Cherninטייערער באריס, א הארציקן ישר-כוח דיר פאר דיין גוטמוטיק פאעטיש טרייסטלען. דו קענסט מיך דאך. איך בין פול מיט בטחון. אויף העברעיש איז דאס אזוי אומעגלעך זאגן. נאך א מאל א ישר-כוח און א גוטן ראש חודש דיר.2ManageLike · Reply · 7w באריס קארלאוו replied · 1 Reply
באריס קארלאוו replied · 1 Reply Write a comment...
Write a comment...
  
        Published on January 10, 2018 21:45
    
October 10, 2017
ווען ניט דיין קול
 
 באריס קארלאוו · September 10 ·
באריס קארלאוו · September 10 · checkmark caution-solid ווען ניט דיין קול,
ווען ניט דיין פרישער אָטעם
צי גרינגער וואָלט
דען זיין דער עול,
דער וואָגל – מער געראָטן פון קלאַנג צו וואָרט,
פון שפּראַך צו לשון,
וואָס מאַכט זיך שטום
נאָר אויף דער וואָר
ווערט ניט פאַרלאָשן?
דיין לוישפּער: "קום!"
דיין מילד גערייד,
דיין זינגען –
ווי וואָלט איך זיין
אָן זיי?
אַ האַנט אָן פינגער,
אַ בוים אָן צווייגן,
אַ געזאַנג אָן קלאַנג?..
אַ פויגל אין אַ שטייגל
פעסט געפאַנגט.
LikeCommentShareRegine Bloch-Fiderer, טבי שקלאווער and 14 others
        Published on October 10, 2017 14:19
    
זומער, ווען ניט דער אסיען
באריס קארלאוו · September 11 at 4:41am · Bloomington · checkmark caution-solid זומער,
ווען ניט דער אָסיען
וואָלט איך דיך ליב געהאַט
אפילו שטאַרקער,...
ווען ניט דער ווינטער
וואָלסטו אין מיר פאַרגעסן.
ווען ניט דער הימל
וואָלט איך דיר דאָ, גלײַך אויף דער קרקע,
פאַרשריבן אַלע מײַנע ערדישע אַדרעסן.
מע זאָגט אַז שטענדיק
טוסט זיך אומקערן צוריק
מיט הייסער זון
און וואו־ניט־וואו: מיט רויש פון שלאַקסן
און איך –
אַ צײַטווײַליק בלאָנדזשענדיקער זון
כל־זמן כ'בין דאָ
האָף איך ערשט ווײַטער וואַקסן
דײַן שיינע שוועסטער – פרילינג –
האָט כמעט
מײַן טיאָכקעניש באַוויזן אויסצוכאַפּן.
פאָרט האָב איך פלאַנק־און־פלינק
געשלאָגן בלאַט
מיט דיר,
מיט רײַפע צווײַג־און־בלעטער
יענעם לאַנגן טאָג דעם זאַטן.
ווען ניט דער אָסיען
וואָלט איך דיר דערציילט
ווי שטאַרק איך וויל מיט דיר
אַלץ ווײַטער פליסן.
נאָר ס'קומען שפּעטע שאַרלעך־רויטע טעג
פון ערב גרויסן פריר
און דו אויפסנײַ מײַן בלאָנדזשעניש
פאַריתומסט.
ווען ניט דער אָסיען...
. LikeCommentShare12 Regine Bloch-Fiderer, Jeanette Friedman and 10 others
        Published on October 10, 2017 14:12
    
דאס הארץ פארשטייט
 באריס קארלאוו · September 11 at 9:11pm · Bloomington · 
  
  
    checkmark
  
  
    caution-solid
  
  
דאָס האַרץ פאַרשטייט,
באריס קארלאוו · September 11 at 9:11pm · Bloomington · 
  
  
    checkmark
  
  
    caution-solid
  
  
דאָס האַרץ פאַרשטייט,דער שכל טראָגט ניט אויס –
אַ בוים,
אַ שטיין,
און אויפן שטיין – אַ רויז,
... אַ פויגל פליט פאַרבײַ
גלײַך ווי פון שטײַג אַרויס,
אַ חייה
זיך פאַרטײַעט,
קוקט גיריק אויגן אויס,
אַ מענטש שוין מאַט און מיד
קוים ברומט אָרויס
אַ ליד
און דאָך אין זײַן געזאַנג –
ניט לויז
איז דער פאַרלאַנג –
מחדש זײַן די טעג,
מקדש זײַן דעם וועג...
די צײַט איז קורץ – באַלד אויס,
נאָר חדווה ניט געוויין
זינגט הויך אין זײַן געביין:
אַ בוים,
אַ שטיין,
אַ רויז...
דער שכל טראָגט ניט אויס,
בלויז האַרץ טוט אַלץ פאַרשטיין. LikeCommentShareVered Kopel, טבי שקלאווער and 6 others
        Published on October 10, 2017 14:01
    



