January 6 at 7:59pm ·
Jerusalem, Israel ·
אַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,
אַ ווינטל העשעט
און דאָס געזאַנג צו דיר, צו דיר
אַרויס פון וושט
דורך לונגען אויף דער פרייער לופט
זיך מעכטיקט
דערלאַנגען העט־העט ווייט צו דיר
אי ריין, אי עכטיקאון אין דער שטילקייט
פון דער נאַכט
ווען שאָטנס שלאָפן
דאָס האַרץ זיך ראַנגלט
בלייבן וואַך
און אָפןאַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,
אַ ווינטל פלעמלט
און דאָס געזאַנג צו דיר, צו דיר
ניט דרעמלט
און ווען ס׳עט קומען אינדערפרי
די שיין די העלע
באַפליגלען ס׳וועט דיין רייפן פלי
מיט לויטער קוועלןאון אין געלויפן
פון דעם טאָג
מיט זיינע דאגות
איבער דער פּיין
איבער דעם פּלאָג
טו שטייגן
LikeCommentShare
18Yochi Hoffer, Regine Bloch-Fiderer and 16 othersComments
Yochi Hofferחזק, חזק!!!!
ManageLike ·
Reply ·
3d
באריס קארלאוו replied · 1 Reply
Nikki Olniänskyזייער שיין!
1ManageLike ·
Reply ·
3d
באריס קארלאוו replied · 1 Reply
Write a comment...
Published on January 10, 2018 21:57