Dov-Ber Kerler's Blog, page 6

October 10, 2017

מורה נבוכים




באריס קארלאוו · September 16 at 3:50am · Bloomington ·
ניט אַלץ. גלייבסטו, איז קלאָר,ניט אַלץ האָט קלאָרן זינען –זע, אויך אַליין די וואָר פאַרפּלאָנטערט זיך דערינען...און ווייניק ווער פאַרשטייט
וואו אײַנעט און וואו אויסעט
אום פּסח – המנטאַשן,
אום חנוכה – חרוסת...

אַ לאַכעדיק געוויין,
אַ חשק אומגעוואַשן,
אויף שבועות – לעפל כריין,
יום־כיפּור גייט מען נאַשן –

אַ שטיקעלע כל־נדרי,
אינדערוואָכן – ווייניק פעט
פון שלאָגן ווידער, ווידער,
פון שלאָגן זיך על־חטא.

און דאָך, אויף על־פּי־כן,
מיט חן פון ווילדן לאַכן
צעשטשירעט מען ד ציין,
די וועלט זאָל נאָר ניט קראַכן, –

סײַ גר און סײַ מאַראַן,
און סײַ תּינוק־שנשבע
דערמאָנען זיך: עד כּאן,
ס׳אי צײַט צו ליינען קריאת־שמע.

וואו ביסטו, שטאָלצער מאַן,
מיר וואַרטן, וואו זשע ביסטו?
דאָס וואַרטעניש געשפּאַנט –
אין נעשה און אין נשמע.

ביז פּלוצים ווערט אַלץ קלאָר,
מיט ליכט פון טויזנט זונען
צעשפּילט זיך דער קאַיאָר,
דער ספק ווערט אַנטרונען

דער ניגון איבערבלײַבט
ווען לײַבן ווערן שוואכער
און אין זיכרון וואַכט
דער סודותפולער אחור

און אייביק נחת קלײַבט
דער אויפגעריכטער רצון
נשמהדיקע לײַב
איז גובר אַלע טראָצן

ניט אַלץ איז וויי־און־ווינד,
געווינענדיק דעם זינען,
אַ זקן ווערט אַ קינד
מיט לויב, ניט מיט קיין קינה.

.


LikeCommentShare17 Iréne Chmiel, Vered Kopel and 5 others


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 10, 2017 13:41

פון כּיפּורים ביז פּורים




באריס קארלאוו · September 29 at 6:54pm · Bloomington ·
פון כּיפּורים ביז פּורים
איז דער וועג ניט צו לאַנג
צו כיפּורים נאָך פּורים
איז נאָך פאָלג מיך אַ גאַנג
... פון ווידער דערווערט
ביז איבערגעקערט
און צוריק צו דעם ווערט
ציט זיך ס׳געזאַנג

און אפילו אויך דער
וואָס איז ווייט פון דעם קלער
דערשפּירט דעם געזאַנג
מיט חוש, מיט געהער

אַבי נאָר דער גאַנג
זאָל ניט ווערן אים באַנג
אבי נאָר זײַן קער
זאָל ניט זײַן קיין צעשטער

פון זײַן און פון ווערן,
פון קאָסמיש געהער,
פון הימליש געזאַנג
פון פּלאַנעטן־פאַרקער


 ערב יום־כּיפּור



CommentShareMarc Caplan, Regine Bloch-Fiderer and 12 others2 Shares


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 10, 2017 13:30

ווען ניט דער זילבער קלאַנג פון דיין געלעכטער




ווען ניט דער זילבער קלאַנג פון דיין געלעכטער,צי וואָלט מיין אייגן טאָן געוואָרן עכטער?ווען ניט דער הויכער פלי פון דיין ישרנות,צי וואָלט מיין ליד געקוועלט דען מיט עקשנות–
צו דיר, צו דיינע ליבע, רונדע אָרעמס,צו דיינע צפונס פון דער ווייט פון מיינע דרומס?צו אַלץ וואָס מעג באַגליקן יעדן מענטשןצי ער איז ווערט, צי ניט די וועלט צו בענטשן?
ווען ניט דיין קלוגער אויסגעבענקטער שמייכל,צי וואָלט איך גאָר צו זיך אַליין דערגרייכן?באַשיינט פון ליכט פון דיינע מילדע ווערטער,צי וואָלט איך אויך אָן זיי געווען דערהערטער?
ווען ניט? ווען ניט? איך פרעג ניט נאָר רעטאָריש,ווייל ליבע קאָן ניט בלייבן אַמאַטאָריש.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 10, 2017 13:14

קוואַזי סאָנעט





געגאַנגען אַמאָל מיט זיך אין געוועט, געוואָלט זיך פאַרמעסטן מיט גרויסע, גענומען צו מײַסטרעווען זיך אַ סאָנעט מיט היימישע יידישע אותיות.
"דווקא סאָנעט?" – טוט דער טאַטע אַ זאָג, "דיין וועלט איז דען קאַרג דו זאָלסט וועגן איר פרייד, איר געזאַנג, איר וויי און איר קלאָג אײַנטאָן אין סאָנעטישן בעטל!?"
געווען דאַן נאָך יונג, אומגעשליפן און רוי, געמיינט אַז דער טאַטע זיך חכמהט, ווײַטער געשפּונען פון וואַסער און שטרוי דעם צווייטן סאָנעטל און נאָך מער...
איצט ערשט פאַרשטאַנען, דער טאַטע האָט רעכט – צו ענג ז'פאַר געזאַנג דער סאָנעטן געפלעכט.



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 10, 2017 13:06

October 3, 2017

שטערן... הארץ

.

די שטערן אָטעמען – אָט האָפערדיק, אָט צאַרט – אינצווישן שפע־רב און צימצום.
עס קוקט אויף זיי און קוקט, געשפּאָלטן האַרץ, דערוועגט זיך ניט צו גרילצן.
און בלויז צום טאַקט פון טיפער שפּעטער צייט עס טיאָכקעט אַלץ און טיאָכקעט.
די שטערן  – וועלן נעלם ווערן באַלד די בענקשאַפט – נאָך ניט




 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 03, 2017 10:49

August 31, 2017

פייסבוק זכרונות

באריס קארלאוו

דער פייסבוק
ברענגט זכרונות
דיגיטאַלישע,
צו־מאָל שאַ שטיל,
צו־מאָל מיט קולות ... 

 מיט געהאַלישע
און דו דערשפּירסט
ווי גיך פאַרבײַשטראָמען
די וואַסערן
הגם קיין מינדסט טראָפּן
וועסט ניט פּסלען
און ניט אסורן

די וועלט די דיגיטאַלע,
זי איז זיכער ניט פאַר יעדערן,
דאָך אָפן ז׳איז פאַר אַלעמען
ווער ס׳וויל אין איר אַ דערקלעטערן

צו זמנים דורך דער צײַטיקייט
פון נאָנטשאַפטן דערווײַטיקטע
פון נאַרישקייטן הײַנטיקע
צו שטותים פיל־באַטײַטיקע

איינשטימיק ניט איינזײַטיקע 



Share ‎טבי שקלאווער‎, Regine Bloch-Fiderer and 16 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 31, 2017 18:21

August 30, 2017

אברהם ליכטענבוים לייענט "וויסקי-שמיסקי" י




אברהםל י כ ט ע נ ב ו י ם

Published on Aug 7, 2017Prof. Abraham Lichtenbaum reads Boris Karlov's poem "Milk and Whiskey". The full text is:

איך געדענק דעם טעם פֿון וויסקי
און דעם טעם פֿון רויע בולבעס
און דעם טעם פֿון פֿולער ציצקע
און דער מאַמעס פֿרישן מילעך —

און כ׳דערמאָן זיך: וויסקי-שמיסקי,
ווען פֿון די קראַמפֿן ווערט דער מוח
שטאַרק פאַרדרייט — קיַיַסט רויע בולבעס
און פֿון וויי פֿאַרגלאָצט די אויגן
שעפּטשעסט אויסעט:
״מאַמע, מאַמע — מילעך וויל איך
מילעך, מילעך.״

ביז ס׳פֿאַרגייט דער וויי־וויי־ווייטיק
ס׳קומט די ציַיַט צו טרינקען וויסקי
און ס׳מער, דאַנקען גאָט, ניט נייטיק
פּליעסקען מילך איבער די פּיסקעס...

,נאָר אויך דאַן, גוט בגילופֿין
גליַיַך ווי וואָלסט געווען אויך ניכטער —
,עפּטשען ליפּן: ״מאַמע, מילעך,
ליבע מאַמע, מילעך וויל איך...״

פאָרט אַ דיכטער!


(אין דער לופֿטן צווישן סטאַמבול און ירושלים, אויגוסט 2015)

.פונם בוך "אָנגעצויגענע סטרונעס". ז.100-99
















 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 30, 2017 19:41

כפר אלדד, ערב אָוונט




באריס קארלאוו · August 14 at 7:43pm ·
דעם מדברס שטילקייט איז פול מיט קראַפט
דער שטילקייטס מילדקייט – ניט דאָ געדאַכט –
זי וויגט זיך לאַנגזאַם צום סוף פון טאָג
אין אומקלאָנג זינגט זי אויס איר קלאָג


און איך אַנטקעגן איר, פאַרגאַפט,
באַוואונדער מדברס צויבער־פּראַכט,
אײַ ווען כ׳וואָלט קענען מיט איר באַנאַנד
זיך שפּרייטן צו דעם וועלטאַלס ראַנד

מיט פולן כוח פון שטילן גלי,
פון דעם אוראַלטן ווינד־און־וויג
וואָס נעסטיקט זיך אין טיפן שאַ
אין ליד באַשיידן פרעך אַזאַ

זי זינגט, און זאָגט, און זעגנט מיך
מיט איר אומענדלעך לעצטן ליכט. .
. LikeNahum Kotikov, Bobbi Zylberman and 9 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 30, 2017 19:28

קורץ



.


באריס קארלאוו · August 15 at 5:30am ·
כ׳זוך אַלץ דאָס בלעטל,
וואָס האָט באַדאַרפט
דאָ צאַפּלען.
זײַן אָפּהילך כ׳טו געפינען
ביי זיך אין ...
די שוואַרצאַפּלען.
LikeRegine Bloch-Fiderer, Aušra Pažėrė and 8 others
באריס קארלאוו · August 15 at 3:31am ·
עס מוז נישט זײַן קיין סוף
גענוג – ס׳איז דאָ אַן אָנהייב,
נשמה אינעם לײַב
טוט אייביקייט זיך קונה
זאָל זײַן...
בלויז אויף אַ ווײַל
אַ ווײַל וואָס דויערט אייביק
כל זמן די רגע בלײַבט
אי קלאָר, אי רײַף, אי גלייביק.
LikeRegine Bloch-Fiderer, Yael Levi and 11 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 30, 2017 19:17