Dov-Ber Kerler's Blog, page 10

April 23, 2017

מײַן מוזע זאָגט




מײַן מוזע זאָגט: איר זינגט צו פיל פון טויט.(אַזאַ מין טבע האָט זי – מיך כסדר אירצן).אַ סקרוך איבערן לײַב איבער דער הויט – איך? וועגן טויט?! – די יאָרן כ'טו זיך קירצן.
ניין, ניט פון טויט, מײַן ליבע, איז מײַן ליד,נאָר גראָד פון אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט לעבן.נאָר וואָס זשע דען? – צו־מאָל דער פערז פאַרפליטהעט־העט אַהין וואו ס'ווערט פאַרשטומט דאָס רעדן.
כ'וואָלט גערן וועלן שווײַגן וועגן סוף,נאָר דער געזאַנג פאַרגעסט אָפט זיינע ברעגן,דערלאַנגנדיק צום בלויזן אַדערויףכדי אויפסנײַ באַוואונדערן דאָס לעבן.


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 23, 2017 22:19

נחמה ליפֿשיץ 2017-1927




פֿרעגסט: וואָס וועט בלײַבן?גאָרנישט מיט אַלץ:צוקער – אַ זשמעניעמיט אַ צענדליק פּוד זאַלץ.אפֿשר די שטערן,קאָן זײַן אויך דער בוים,כּל־זמן ניט צעשטערט איזדאָס האַרץפֿון דײַן טרוים.
און כ׳גלייב ס׳וועט אויך בלײַבןדײַן לויטער געזאַנגס'פֿאַרוויגט און וועקט־אויף, יאָמערט־אויס דער וועלטס דאַנקפאַר אַלץ וואָס געווען איז,פאַר אַלץ וואָס ט'געמעגטזײַן גליקלעכער, שענער,פֿאַרקנסט מיט אַ צוועק.
מ׳פֿרעגט: וואָס וועט בלײַבן?אַוודאי דײַן קול – דײַן ליכטיקער גאָבאון דײַן הייליקער עול.און ס׳איז גאָרניט קיין גאָרנישט,הגם נאָך ניט אַלץ...– – – –טרערן מיט צוקער,געלעכטער מיט זאַלץ...



געצייכנט פון מולא בן־חיים
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 23, 2017 13:34

March 26, 2017

איך האָב געזען דעם לעצטן יידישן פּאָעט

=

איך האָב געזען דעם לעצטן יידישן פּאָעט און זי האָט מיר דערציילט אַז זי איז נאָך דערווײַל אינגאַנצן ניט בנימצא. אפילו אירע באָבע־זיידעס  –נאָך אַלץ זיך ניט געיאַוועט אויף דער וועלט,הגם מע טוט זי שוין באַוויינען און באַקלאָגן, אַמאָל מיט שבח, אַמאָל לשימצה.
איך האָב געקוקט איר אין די אויגן און זי האָט מיר געזאָגט: ס'וועט קומען נאָך אַמאָל די צײַט, איך ווייס עס, ווייל ווי משיחס אייזל – אויך מײַן אנקומען צו אײַך איז שוין פאַרגרייט מששת ימי בראשית.
זי האָט מיך וואַרעם צוגעדרוקט צו איר נאָך ניט געבאָרן האַרץ, געזעגנט מיך לשלום, און איך האָב גלײַך פאַרשטאנען אַלץ, ס'איז ווײַט נאָך ניט די צײַט
צו מאַכן אויף אונדז אַלעמען אַ מלא.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 26, 2017 08:58

March 24, 2017

אֵיךְ נָשִׁיר אֶת שִׁיר ה' עַל אַדְמַת נֵכָר

-

 .ווי זאָל מען זינגען גאָטס געזאַנגאין דער ביטערער פרעמד?אויך אין דער זיסער טוט עס באַנגצו זינגען אומפאַרשעמט.
נאָר גאָטס ליד גילט אומעטוםוואו מ'טוט זיך נאָר אַ קער.ווער קאָן אין גלות בלײַבן שטוםאויב מ'איז ניט אַבי ווער?
אַ מידסט גרעזל זינגט דעם שבח,פון טראָפּן טוי ביז טרער.שטערן שײַנען אויפן דאַךאון לידלען אָן שום שטער.
טאָ ווער וועט מיטזינגען מיט זייאין דער ווײַטער ווײַט,איידער דו קערסט זיך אַהייםמיט גאָטס הילף צו דער צײַט?




 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 24, 2017 21:50

-אָט איז אַ קלאַנג, אָט איז אַן אות, אַ סימןער טוט דעם ני...

-

אָט איז אַ קלאַנג, אָט איז אַן אות, אַ סימןער טוט דעם נידעריקסטן גאַנגמיט העכסטן טאָן געפלי באַרימעןאון אויסזינגעןדעם גרינגסטן איבערגאַנגפון בראָך צו ברכהאון ביז צו לאַנגגעדויערט זיין געזאַנג אויך נאָך אים
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 24, 2017 21:49

אַ שאָד


-



אַ שאָד, האָסט ניט דערוואַרט זיך אויף דעם קלונגאון כ׳ווייס: וועסט זיך ניט אָפּבײַסן די צונג,מערניט די אויערן ווי אויך דאָס האַרץ פאַרשטאָפּן,אפילו ווען דו ווייסט: דאָס האַרץ פון יענער זייט,צעבראָכן אויף פּיץ־פּיצלעך, דאָך פאַרבלײַבט אפילו ווען עס איז צעטראָטן – אָפן.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 24, 2017 21:46

ליכט


-

אינמיטן דרינען, ממש אומגעריכט,געשעט פּלוצים אַ נס אַן אומדערוואַרטעראון אַ צעגליטער צווישן ווינטן קאַלטעדערקענסטו זיך אַלייןאין איר געזיכט
און דאַן, צום טאַקט פון טיפער צאַרטקייט,שיער אָן אַ מינדסטן שפּור פון גלײַכגעוויכט,דערגרייכסטו אין דער מיט –צום האַרץ פון גאַנצקייט
צום האַרץ פון גאַנצקייט מיט אַזויפיל ליכט
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 24, 2017 21:38

March 13, 2017

Ode to Joy

'


עס פליט אַ פויגל ווײַט, ווײַט ניט פאַרלירט קיין ברעקל צײַט
און אַ וואָלקן פאָלגט אים מיט און אַ שטראַל, וואָס ווערט ניט מיד
הינטער זיי – דער טײַך אין טאָל איבער זיי – דער הימל קלאָר
און אַ גליק אַן אומדערוואַרטס שטיל פאַרכאַפּט דעם פויגלס האַרץ
פרעגט דער וואָלקן: ווען ז'דער שיעור איך זאָל מיטפליען מיט דיר?
און עס כמורעט זיך דער שטראַל: נאָך אַ ביסל און איך פאַל!
ס'גייט דער טאָג אַוועק, אַוועק נאָר דאָס פויגל אָן אַן עק
אין דער פינצטער פליט און פליט, אויס – דער שטראַל, דער וואָלקן – מיד
פליט דער פויגל שוין אַליין אין דעם לאַנד פון מלא־חן
אין דעם לאַנד פון גליק און פרייד דאָרט אַ פאַל טאָן טויטערהייט





 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 13, 2017 18:25

March 11, 2017

די יאָרן פון אַמאָל





גאַנצפרי אין דוש הײַנט זיך אַליין פאַרוואונדערט:מיט ריינעם שטראָם פון זיך אַראָפּגעשווענקטדי יאָרן פון אַ האַלבן שוין יאָרהונדערט,ניט ביטער און ניט יאָמערלעך פאַרבענקט.
אײַ סאַראַ פרייד אויפסנײַ צו זײַן דאָס יינגל  –שוין גאָרניט קליין, הגם נאָך כלל ניט גרויס!ווער ווייסט צי ער וועט נאָך, אַמאָל אַ זינג טאָן,ווער קאָן דאָס אַלץ דען וויסן פון פאָרויס?
דערווײַל זשע שפּרינגט ער, לויפט ער, און עס קלינגעןקול־בענדלעך וועלכע בײַטן באַלד זײַן קול,קאָן זײַן אַז ער ׳עט טאַקע נאָך אויסזינגען
ווי מ׳שווענקט אַראָפּ די יאָרן פון אַמאָל.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 11, 2017 22:09

דו ווייסט, מײַן האַרציקע...





...דו ווייסט, מײַן הערלעכע, כ'געפין זיך ניט קיין רוזײַ מוחל, טײַערע, וואָס כ'רעד צו דיר אויף דו
זײַ מוחל, האַרציקע, וואָס איך בין אַזוי ווײַטצײַט מיט אומצײַטיקייט גייט באַלד אין שטרײַט –
איך אַ דערווײַטיקטער, פאַרליר אַזוי פיל ליכטאָן דיר, מײַן צײַטיקע, אָן שײַן פון דײַן געזיכט
די ווערטער קײַקלען זיך – אַראָפּ, אַראָפּ, אַראָפּאון איך פאַרפאַלן ווער – אָן קאָפּ, אָן קאָפּּ, אָן קאָפּ
זײַ מוחל, ליבינקע, וואָס כ'רעד צו דיר אויף דואָן דיר, מײַן צאַרטיקע, כ'געפין זיך ניט קיין רו







 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 11, 2017 09:26