Dov-Ber Kerler's Blog, page 13

December 29, 2016

אן אלט ליד פון דעצעמבער 2013





מיר זענען דאָ גאָרניט צום ערשטן מאָלמיר זענען דאָ גאָרניט צום לעצטן מאָלהימל און שטערן הערן אונדזער קולוואָס הילכט און דויערט איבער באַרג און טאָל
און טאָמער מיינט איר אז ס'איז סתם אַן עולאיז אויך דער עול אונדז ליב פּונקט ווי אַמאָלסיי שבת, סיי יום טוב, סיי בימי חולאין שטיין און שטאָל, און אין קרישטאָל
אַזאַ איז אונדזער גאָב. דער עיקר -- מע זאָלניט מיינען אַז מ'קאָן צערייבן אונדז אָן צאָלאָן חשבון און אָן פּרייז גלייך ווי אַ מאָל
מיר זענען דאָ און ס'הילכט דאָ אונדזער קול


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 29, 2016 02:48

אן אלט לדי פון דעצעמבער 2013





מיר זענען דאָ גאָרניט צום ערשטן מאָלמיר זענען דאָ גאָרניט צום לעצטן מאָלהימל און שטערן הערן אונדזער קולוואָס הילכט און דויערט איבער באַרג און טאָל
און טאָמער מיינט איר אז ס'איז סתם אַן עולאיז אויך דער עול אונדז ליב פּונקט ווי אַמאָלסיי שבת, סיי יום טוב, סיי בימי חולאין שטיין און שטאָל, און אין קרישטאָל
אַזאַ איז אונדזער גאָב. דער עיקר -- מע זאָלניט מיינען אַז מ'קאָן צערייבן אונדז אָן צאָלאָן חשבון און אָן פּרייז גלייך ווי אַ מאָל
מיר זענען דאָ און ס'הילכט דאָ אונדזער קול


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 29, 2016 02:48

December 26, 2016

פאַר וועמען פאַרשרייב איך








פאַר וועמען פאַרשרייב איךמיינע יידישע לידער?יפאַר די כמאַרעס פון אויבן,יפאַר דעם טאָל אין דער נידער.י
פאַר דעם מונטערן עכאָ וואָס האַלט אין איין טענהן:ימה שמך? מה שמך? מה שמך?י
דהיינו?!י
דהיינו, פאַר דיר און פאַר מיר אויך, אוודאי,יכ'פאַרשרייב און שריי אויס זיי גאַנץ שטיל –י
די פּלעיאַדעזאָל ניט ווערן פאַרשעמט דורך מיין שפּילכלא־ידע
בעת זיי אין די הייכן די ווייטע אויף שפּיצןפון בערג אויף פּלאַנעטן דערווייטיקטע זיצן
און מאָנען, דערמאָנען,ידי שיער פאַרגעסענע פריצים,ישעפּטשענדיק הויךאין חלל פון קאָסמאָס:י
אַנו, ברענג אַריבערמיט ניגון, אָן חכמות --ינייע יידישע לידערמיט אונדזערע אותיות!י
ווייל סע פעלט זיי צום כריין נאָך א ביסל חרוסת...י
פאַרהויבסטו די ברעמעןפרעגסט אַלץ ווייטער "פאַר וועמען"?יאון דער לוסטיקער עכאָ מיט דיר טוט זיך שעמען...י



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 26, 2016 05:59

"יונג יידיש"








ס'איז שווער צו בלייבן יונג אויף אייביקאפילו אויף אַ קורצן אייביק
דער וואָס אין דויער אירער ז'גלייביקפון בראַווער יוגנט שטאַרק און לייביק
עס ווערן אויך ביי אים דערווייליקדי ציין זיינע אי טעמפּ אי אייליקדי יוגנט לויפט אַוועק קורצווייליק
ביז ער פאַרשטייט שוין ווי קורצזיכטיקז'געווען זיין קוק אויף אַלץ וואָס ליכטיקט
מיט אָפּגלאַנץ גיכן וואָס לויפט פארבייאיקאַוועק פון אַלץ וואָס איז כדאַיקצו עכטער שטילקייט וואָס בלייבט אומשרייאיק
פאַרבלייבט לדורות שטאַרק און גלייביק
ס'איז שווער צו בלייבן יונג אויף אייביקאפילו אויף אַ קורצן אייביק



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 26, 2016 05:19

ווילסט זיין א וועווריק



ווילסט זיין אַ וועווריק – מיט די ניס זיך נערןאון שפּרינגען־פליען צווישן צווייגן פון אַ בוים,יאון אַלץ וואס טוט צו אים, דעם בוים, געהערןזאָל זיין פאַר דיר פון וואָרצלען ביז דער קרוין.י
דיין פוטערן וויידל זאָל דער וועלט דערקלערןאַז דו טוסט הערשן איבער קערעלעך און ניס;ידער צווייגנציטער אונטער הימלס שטערןבאַלאַנגט אויך דיר אוודאי, אויף געוויס.י
דעם פויגלס זיסן ליד האָסט האָלט צו הערן,ינעמסט איין די שאָרכעניש פון וואַלד־און־פעלד...ידי גרויסע, שטאַרק מגושמדיקע בערן?ידעם פייגל-צוויטשער ז'ניט פאַר זיי געטרעלט!י
אַ וועווריק ביסט,יפון שפּרינג־און־פלי דער מייסטערבאַגייסטערט פון אַיעטווידן סעזאָןגלייך ער זאָל זיין גאָר די מאָדע נייסטעשוין לאַנג פאַרגרייט פאַר דירפון סאַמע בראשית אָן.י

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 26, 2016 05:12

December 25, 2016

באריס קארלאווDecember 19 at 8:39am · אַ שאָק מיט יאָרן ניט ...

באריס קארלאווDecember 19 at 8:39am · אַ שאָק מיט יאָרן ניט געזען דיך
און יעדער שאָק איז בלויז אַ האַלבע שעה
די צייט אַנטלויפט, די צייט געשענדטע –
זי וויל און קאָן ניט בלייבן דאָ.
...רק דו אומצייטיקע, פון גאָט געשענקטע,
כסדר זיך דערמאָנסט,
קריכסט ניט אַרויס פון קאָפּ
מיט דער געדעכעניש דער שענסטער –
דעם זינען טאַנצנדיק און זינגענדיק דו מאָנסט
אַהער, אַהין, אַרויף, אַראָפּ...
אַ שאָק מיט יאָרן טאַקע ניט געזען דיך...
Like Comment Share 66 Moises Kijak, Moysha (Moisei) Lemster and 4 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 25, 2016 13:19

ניט) געפערלעך)




דו זאָגסט ס'איז ניט געפערלעך וואָס אונדזער ליבע טויט איז.
שטיל אָפּגעשלונגען פּערלעך,דער בליק איז כלומרשט לויטער...
צי זאָל דען, ביטער שווערלעך,די ריינקייט ווערן קויטיק – 
כל־זמן זי אומאויפהערלעךאַלץ ריזלט, צאַפּלט, ברויזיקט?
זיך טרייסטן, שלינגען טרערלעך?!..ניין, ס'טאַקע ניט געפערלעך –
ס'געזאַנג – אי שטאָלץ, אי רויטיקווי בלום, ווי פלאַם, ווי בערלעך,
ווי בלוט וואָס שלאָגט און דופקטפון ליבע וואָס ניט טויט איז!
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 25, 2016 12:00

ניט געפערלעך




דו זאָגסט ס'איז ניט געפערלעך וואָס אונדזער ליבע טויט איז.
שטיל אָפּגעשלונגען פּערלעך,דער בליק איז רואיק לויטער:
צי זאָל דען, ביטער שווערלעך,די ריינקייט ווערן קויטיק – 
כל־זמן זי אומאויפהערלעךאַלץ ריזלט, צאַפּלט, ברויזיקט?
זיך טרייסטן, שלינגען טרערלעך?!..ניין, ס'טאַקע ניט געפערלעך –
ס'געזאַנג – אי שטאָלץ, אי רויטיקווי בלום, ווי פלאַם, ווי בערלעך,
ווי בלוט וואָס שלאָגט און דופקטפון ליבע וואָס ניט טויט איז
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 25, 2016 12:00

December 11, 2016

אויף א האלב



באריס קארלאווDecember 11, 2015 · ס׳האט מעסער ניט דערלאנגט צום הארצן
אויף א האלב...
ביינאכט אין הימל אינעם שווארצן --
א ווייסע שוואלב.
בייטאג א זשומעניש צעשארט זיך
גאר אן א שיעור,
גאנצן מעת-לעת דער ווייטיק נארט זיך
טיף, טיף אין דיר.
וואלסט האבן פליגל, וואלסטו אנטרונען
פון וויי-און-פיין
״ווי פילסטו זיך?״ -- דער בוים טוט שטומען
״א דאנק. גאנץ פיין.״
און מיטן שמוך פון ריינעם ליגן
טוסטו א גלעט
די גאלע קארע, וואס זאגט א ניגון
פון פרי ביז שפעט
דער טאג לויפט ווייטער און ווערט פארפאלן
אין אוונט-פעך
אויפס׳ניי מיט זיך אליין בלייבסט פאלן
אויף מעסערשטעךLikeShow more reactions Comment Share 33 Reuven Segal, Bobbi Zylberman and 1 other
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 11, 2016 12:20

December 5, 2016

לאָמיר זיך איבערזעצן



Dov-Ber KerlerDov-Ber Kerler9 hrs ·  לאָמיר זיך איבערזעצן
קויפן ווערטערביכער
איך וועל דיך פאַרטייטשן
און דו – מיך "איבערפירן"
מ'עט אונדז אויף גויאיש שעצןגלעטן מיט לאַנגע בייטשןרמזימלעך אויסקוועטשן אויסזוכן טיפע טייטשן
לאָמיר זיך איבערזעצןאויף עפּעס אַן אנדער לשון
צעבייטן אויף ספּאַגעטי
אונדזער יויך מיט לאָקשן
וועט מען אונדז פּאַכוואַליען
די גרעסטע וועלט מבינים
פון כלערליי מאָדע־כוואַליעס
פון שטראָמען מכל־המינים
נאָר בראָק מיך, שלאָג מיך, הרגע
טאָמער גיב איך זיך אונטער
אפילו דעם בעסטן מתרגם
כל־זמן איך בין נאָך מונטער
LikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare
16Anat Aderet, Vered Kopel and 14 others2 shares
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 05, 2016 21:26