ווילסט זיין אַ וועווריק – מיט די ניס זיך נערןאון שפּרינגען־פליען צווישן צווייגן פון אַ בוים,יאון אַלץ וואס טוט צו אים, דעם בוים, געהערןזאָל זיין פאַר דיר פון וואָרצלען ביז דער קרוין.י
דיין פוטערן וויידל זאָל דער וועלט דערקלערןאַז דו טוסט הערשן איבער קערעלעך און ניס;ידער צווייגנציטער אונטער הימלס שטערןבאַלאַנגט אויך דיר אוודאי, אויף געוויס.י
דעם פויגלס זיסן ליד האָסט האָלט צו הערן,ינעמסט איין די שאָרכעניש פון וואַלד־און־פעלד...ידי גרויסע, שטאַרק מגושמדיקע בערן?ידעם פייגל-צוויטשער ז'ניט פאַר זיי געטרעלט!י
אַ וועווריק ביסט,יפון שפּרינג־און־פלי דער מייסטערבאַגייסטערט פון אַיעטווידן סעזאָןגלייך ער זאָל זיין גאָר די מאָדע נייסטעשוין לאַנג פאַרגרייט פאַר דירפון סאַמע בראשית אָן.י
Published on December 26, 2016 05:12