לאָמיר זיך איבערזעצן



Dov-Ber KerlerDov-Ber Kerler9 hrs ·  לאָמיר זיך איבערזעצן
קויפן ווערטערביכער
איך וועל דיך פאַרטייטשן
און דו – מיך "איבערפירן"
מ'עט אונדז אויף גויאיש שעצןגלעטן מיט לאַנגע בייטשןרמזימלעך אויסקוועטשן אויסזוכן טיפע טייטשן
לאָמיר זיך איבערזעצןאויף עפּעס אַן אנדער לשון
צעבייטן אויף ספּאַגעטי
אונדזער יויך מיט לאָקשן
וועט מען אונדז פּאַכוואַליען
די גרעסטע וועלט מבינים
פון כלערליי מאָדע־כוואַליעס
פון שטראָמען מכל־המינים
נאָר בראָק מיך, שלאָג מיך, הרגע
טאָמער גיב איך זיך אונטער
אפילו דעם בעסטן מתרגם
כל־זמן איך בין נאָך מונטער
LikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare
16Anat Aderet, Vered Kopel and 14 others2 shares
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 05, 2016 21:26
No comments have been added yet.