Dov-Ber Kerler's Blog, page 12
February 17, 2017
נאָנטשאַפט
ווען די נאָנטשאַפטווערט
טיפער פונעם דנאָ
מישן זיך צונויף
רעגנבויגנס
פאַרבן
און קיין פרעמדקייטמער
שוין ניטאָ,
ניטאָ
בעת פון זאַנגעןזאַטע
ווערן רייפע גאַרבן
און אַיעטוויד זאַנג
פילט דיך אָן
מיט ליכט
און אַיעטוויד גאַרב
מאַכט דיין דעכען
מונטער
און צו אַל־די רוחות
דאַן פאַרשווינדט,
פאַרשווינדט
גאָר דיין גלייכגעוויכט
ווען דער טיפקייט
פון דער נאָנטשאַפט
גיסט זיך אונטער
"Closeness", painting by Natalie Holland
Published on February 17, 2017 14:16
משיב הרוח
דעם גייסט וועט אומקערן דער ווינט וואָס הוליעט לעבעדיק אַצינד איבער די בערג, איבער די קעפּ, פאַרטשעפּעט מיידלס שוואַרצע צעפּ
און ווידער קערט זיך אום אַהיים וואו שמייכל דעקט־צו דעם געוויין, וואו ווייטער ווייען ווערט ער קראַנק, בלויז בלאָזן טוט ער טעמפּ אין קאַרק
און אַלץ וואָס פלעג זיין פרעך און ווילד ווערט איינגעשטילטערהייט גאַנץ מילד און אויפן קאָפּ די האָר ניט רייס
דער ווינט וועט אומקערן דעם גייסט ביז ס'וועט די זעלבע אַלטע שפּיל זיך אָנהייבן איבעראַנייס.
Published on February 17, 2017 11:37
February 11, 2017
צאַרטקייט מיט ממשות
סאַראַ מאָדנער זיווג: צאַרטקייט מיט ממשות,שטייפער רצון מיט אַ ווייכקייט אָן אַ ברעג...אַקסל, נאַקן... האָר – ווילד צעפּאַלאָשעט און אַ חלום וואָס פון שלאָף דיך וועקט...
סאַראַ גרויסע ליכט און סאַראַ ווייטיק,וואָס אויף שפּעטער ווערט פאַר אונדז פאַרגרייט,נאָר דערווייל, מיין האַרץ, ניט וויין, איך בעט דיך,קום מיט מיר זיך טובלען אין דער פרייד. –
אין דער פרייד פון זיין איר אויסגעוויילטערכאָטשיק אויף אַ טאָג, אויף צוויי, אויף דריי...ס'קאַפּען טראָפּנס שווייס ווי טראָפּנס ים דערפרייטע איבער כוואַליעס אויסגעבענקטע אויף דער פריי.
סאַראַ מאָדנער זיווג? – ניין, ס'איז גאָרניט מאׇדנע, ניט אומזיסט דאָך שאַפן מיר אַ גראַםמיטן שווערן גליק, וואָס ביידן אונדז לאַגאָדנעפירט צונויף – אי הייס, אי מילד – צוזאַם.
Published on February 11, 2017 21:09
February 7, 2017
צו גאַסט אין מאָסקווע
אַ גרוס דיר, מאָסקווע ברייט און ווייט צעכראַסטעטע,אינמיטן ווינטער כ׳טראָג דיר־צו אַ פרילינגדיקן גרוסאין אָנבליק פון בנינים דיינע פרעך און גראָב פאַרקאַסטנטענעמט ווידער שלאָגן טיף אין מיר דער קינדערישער פּולס
און אויף די גאַסן דיינע ברייט און ווייט צעמאָסטענעמיט געסלעך קרומע, ליקלעך טעמפּע אָן אַ שיעורכ׳שפּאַן מונטער, כאָטש איעדער שפּאַן וועט קאָסטן מיר,נאָר אויך מיין טראָט שענקט דיינע שנייען אַ צעפריר
זיי האָבן מיך דערקענט, פאַרברודיקטע סוגראָבעלעךצעלאָזנדיק זיך ביסלעכווייז טראָץ אָנזאָג אויף די פרעסטאַ שפּערל גריסט מיך יאָדערדיק באַהאַלטנדיק אין שנאָבעלעאַ דאַרינק טרוקן צווייגעלע – אַ ציגל פאַר זיין נעסט.
— — —
און איך פאַרמאָג, קין הרע ניט,שוין מערער ווי איין נעסטווייט פון דער שטאָט פאַרפראָרענערוואו איך פלעג זיין אויף קעסט...
אין האַרצן פרילינג האָרעוועט, אין קאָפּ – געדאַנקען־דריי,אונטער די פיס – אַלץ חרובער דער סקריפּענדיקער שניי...
Published on February 07, 2017 08:44
אַ שפּליטער
כ׳האָב ביי דיר איבערגעלאָזןאַ שטיקל פון מיין האַרץקאַלטע ווינטן בייזלעך בלאָזןאון דער שניי ווערט שוואַרץ
שווערער ווינטער טוט נאָך האָפןאַז באַלד געווינט ער אַלץנאָר עס שפּרינגען ווילד די סטראָפןפון אַ צעבראָכן האַרץ
און ווען נייע פרילינג־שטראָמעןברענגען דעם באַלאַנץווערן וועט מסתם פון זאָמעןגראָד אַ האַרץ אַ גאַנצס
כ׳האָב ביי דיר איבערגעלאָזןאַ שפּליטער פון מיין האַרץ,ניט קיין שפּיצל, קיין קוריאָזל, – אַ האַרץ אַ טיף פאַרפלאַנצטס.
Published on February 07, 2017 08:38
דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן
דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן
דאָס אַלץ וואָס דו ביסט,טאַטע, געוועןגעוואָלט האָב איך ווערן און בלייבן.ניט אַלץ איינגעזאַפּט ווי ס'געהער,נאָר וואָדען? – זיך צום עיקרגעצילט צו דערקלייבן.
צו דיין וואָרט, (סאַראַ אַ מעכטיק געווער!)צו באוואונדערן אַלץוואָס איז ליכטיק,שפּאַן איך אַלץפון אַהין ביז אַהערמיט אָפענעם האַרץ,אויפריכטיק.
און כ'טו האָפן, (ברוך־השם ניט אין קלעם)אַז סע שוועבן אַרויף אין די הייכן ווען־ניט־וועןמיינע רייד,אַרויפעט, בכדי דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן.
אַ יתום־ליד
ביז היינט הער איך דיין קולאון ווייס דו שענקסט דיין ברכהסע זאָל ניט זיין קיין עולאפילו ווען ס'גייט טראָכישווערלעך –
כל־זמן פון שוועריקייטן ערלעךהאָב איך זיך גאָרניטאָפּגעשראָקן
ביז היינט הער איך דיין קולאון גאַף ווי הערלעךדויערט אַלץ דיין האָפן
די חושים בלייבן מונטער וואַך,ווי טיף דו זאָלסט ניט שלאָפן,
כ'דערשפּיר און ווייטער שפּין דיין לוסטיקן וויוואַטוואָס טוט כסדר מיך באַגלייטן:
אַ טרייער עכאָ,אַ נאָענט־ווייטע ליכט – אָן עול,אָן רעכענונג, אָן קייטן
Published on February 07, 2017 08:22
שאַליקל
אַ גאַנצן טאָג געטראַכט היינט רק פון דיראון ס'איז דער קאָפּ מיר גאָרניט ניט געשוואָלן.דאָס האַרץ צעעפנט ברייט האָט טויער־טיר,גאָרניט געקלערט פון ניט־דערהיינטיקטע אַמאָלן.
געשטאַנען פאַר די אויגן אַלץ דיין בליק,ווי קוקן וואָלסט דורך קיילעכלעך קרישטאָלןאויף טעג־און־יאָרן נעכטיקע וואָס קומען ניט צוריקאון איך, מיין ליכטיקע, ווער גאָר אין היינט פאַרפאָלן.
אַ גאַנצן טאָג איז פול מיין וואָר מיט דיר,ניט אָפּצוטיילן מער דעם טרוים פון חלוםהאַלט איך אַלץ גלעטן, גלעטן אָן אַ שיעורדעם שאַליקל, וואָס ד'האָסט מיר אויסגעקוואָלן.
Published on February 07, 2017 08:05
January 27, 2017
ס'טרעפט אַז אותיות ווערן... מענטשן!
באריס קארלאוו · January 24 at 2:28am ·
ס'טרעפט אַז אותיות ווערן... מענטשן!
אָט האָסטו אַליין דערקענט:
עס גייט אַ לאַנגער למד בענטשן
דעם גימלס גרויסע קרומע הענט.
און אָט: עס קייעט שטרוי אַ פיי –
אַ מענטש בצורת פערד
און עס שאַרעט שי"ן דעם שניי
וואָס פאַרדעקט צו דיק די ערד.
און אָט: אַ זי"ן מיט זיין שטעקל
שלאָגט דעם שטויב און דרייט דאָס עקל
(כאָטש ניט יעדערער דערזעט
אַז ס'איז דאָ ביי אים אַן עק).
און אָט: ס'פאָרט פאַרביי דער בית
נאָר דעם אמת מוז מען זאָגן –
פריילעך איז ער, גאָרניט בייז,
מערניט קו"ף אויף אים טוט קלאָגן!
רייד און קלאַנג קלינגט ביי זיי אַלע
פונקט ווי ס'פאַסט ביי לייט;
רק און בלויז דער שטומער אל"ף
שטייט עלנט ביי דער זייט –
אָפּגענומען אים דאָס לשון
האָט אַ רייש – אַ ווילדער רשע,
מוז ער נעבעך בלייבן שטום
הגם ער האָט פיל וואָס צו טון.
דאון דאָך, דער שטאָלצער שטומער אל״ף
ווערט ביי זיך גאָרניט געפאַלן...
--------
צום סוף זשע:
ווען דער מענטש ווערט שטום,
אויס – געלעכטער, דראַנג, מחלותעס,
ווערט ער מגולגל אין צוויי אותיות –
אַ פאָר אותיעלעך:
פ"נLikeShow more reactions Comment Share 1212 Polina Belilovsky, Aliza Krauz and 10 others
ס'טרעפט אַז אותיות ווערן... מענטשן!אָט האָסטו אַליין דערקענט:
עס גייט אַ לאַנגער למד בענטשן
דעם גימלס גרויסע קרומע הענט.
און אָט: עס קייעט שטרוי אַ פיי –
אַ מענטש בצורת פערד
און עס שאַרעט שי"ן דעם שניי
וואָס פאַרדעקט צו דיק די ערד.
און אָט: אַ זי"ן מיט זיין שטעקל
שלאָגט דעם שטויב און דרייט דאָס עקל
(כאָטש ניט יעדערער דערזעט
אַז ס'איז דאָ ביי אים אַן עק).
און אָט: ס'פאָרט פאַרביי דער בית
נאָר דעם אמת מוז מען זאָגן –
פריילעך איז ער, גאָרניט בייז,
מערניט קו"ף אויף אים טוט קלאָגן!
רייד און קלאַנג קלינגט ביי זיי אַלע
פונקט ווי ס'פאַסט ביי לייט;
רק און בלויז דער שטומער אל"ף
שטייט עלנט ביי דער זייט –
אָפּגענומען אים דאָס לשון
האָט אַ רייש – אַ ווילדער רשע,
מוז ער נעבעך בלייבן שטום
הגם ער האָט פיל וואָס צו טון.
דאון דאָך, דער שטאָלצער שטומער אל״ף
ווערט ביי זיך גאָרניט געפאַלן...
--------
צום סוף זשע:
ווען דער מענטש ווערט שטום,
אויס – געלעכטער, דראַנג, מחלותעס,
ווערט ער מגולגל אין צוויי אותיות –
אַ פאָר אותיעלעך:
פ"נLikeShow more reactions Comment Share 1212 Polina Belilovsky, Aliza Krauz and 10 others
Published on January 27, 2017 13:17
January 21, 2017
December 29, 2016
!שפּאַן, משה, שפּאַן -- ביז 120
משה, מישא, מיכאַיל,אונדזער וועג איז שוין דער צילאונדזער ציל: צו זיין אין וועג – אָנקומען, נאָר ניט אַוועק
גרייכן רעשיק,טאַפּן שטיל.ערנסט אויסשפּילןדי שפּיל.
וויינען מיט אַ שמייכל קלאָרלאַכן מיט אַ בראָך אין קולאון ביים אויסשפּילן די ראָלניט פאַרלירן דאָס געפיל:
וואו זאָל מען איין, וואו זאָל מען אויס,צי ס'איז הייס,צי ס'איז גאָר קיל
און ניט פאַרלירןאונדזער פּניםניט אַרויסגיין נאַקעט, אָן אים
און קלייבן שטערן אויפן וועגסיי אין שטויב און סיי ביי לייטןוועלעכע אויף יעדן שטעגטרעפן זיך אין אַלע צייטן
אונדזער צייט – די ווילד צעדרייטעזאָל זיך טיף אין ליד צעשפּרייטןאונדז באַגלייטן אויפן וועגדער טאָג איז קורץ ,דער גאַנג – אָן ברעג
גראָד דער, וואָס לאַכט,איז גאָר דער ערנסטער – באַחנט מיט שפּאַסשפּאַן, משה לעמסטער!
Published on December 29, 2016 17:09


