אַ גאַנצן טאָג געטראַכט היינט רק פון דיראון ס'איז דער קאָפּ מיר גאָרניט ניט געשוואָלן.דאָס האַרץ צעעפנט ברייט האָט טויער־טיר,גאָרניט געקלערט פון ניט־דערהיינטיקטע אַמאָלן.
געשטאַנען פאַר די אויגן אַלץ דיין בליק,ווי קוקן וואָלסט דורך קיילעכלעך קרישטאָלןאויף טעג־און־יאָרן נעכטיקע וואָס קומען ניט צוריקאון איך, מיין ליכטיקע, ווער גאָר אין היינט פאַרפאָלן.
אַ גאַנצן טאָג איז פול מיין וואָר מיט דיר,ניט אָפּצוטיילן מער דעם טרוים פון חלוםהאַלט איך אַלץ גלעטן, גלעטן אָן אַ שיעורדעם שאַליקל, וואָס ד'האָסט מיר אויסגעקוואָלן.
Published on February 07, 2017 08:05