Dov-Ber Kerler's Blog, page 16

August 20, 2016

תשעה באב


Write a comment...
Dov-Ber KerlerAugust 14 at 6:51pm · 
תשעה באבשוין וועקט אויפסניירעיונות וואס פארטרייבןקרומע וועגן, פוילע שטיקצום וועג וואו טאלק זאל בלייבן --ערשטיק און אמאליק פריש.
סיידן אים פארשרייען
נארישע געבליטן וויסט
מיט מילכיקע האוואיעלעך,
לעכערלעכע צוויטן פאלש,
כיטרעטשקע און פליישיקע,
יונגאצקע אמעחייעלעך...
טוט זיך אפטראגן, אוועק, איר --
חיותלעך און חיהלעך!
זארגט אייך ניט -- דער טאג איז לאנג,
וועט מען אייך פארגעסן;
היינט לרגל תשעה באב
דערפרישט מען די אדרעסן!
גייט זשע, גייט זשע שוין אוועק,
באלד אן אייך, אן בייזע שלעק,
א טאג קומט אן א נייער.LikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare 8Maya Hadad, Psoy Korolenko and 6 othersCommentsDov-Ber KerlerWrite a comment...
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 17:21

אנטגופט


Dov-Ber KerlerAugust 17 at 10:30am ·  ווען דער ווינט וועט אונדז פארטראגן
אין דער ווייטער ווייט אוועק,
וועט זיין גרינגער אויסצוטראגן
דאס פארמעגן וואס אונדז קלעקט --איבער קרוינען פון די ביימער,
איבער שפיצן פון די בערג,
פריי פון הויט און גוף און ביינער,
פון טאג-טעגלעכן געיעג --רק די הויכע זון וועט שענקען
אירע שטראלן אן אן עק
און די רעגנס שלאקסיק שווענקען
אונדז אויף יעדן קער און שטעג.און דער עכא, אונדזער חבר,
וועט א בראווער, שעה נאך שעה
גריסן אונדז און הויך פאזדראווען:
ברוך הבא, איר זענט דא!3 Comments 20Velvl Chernin, Maria Luisa Stelung and 18 othersLikeShow more reactionsCommentShare
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 17:11

באריס קארלאווJuly 13 · זיי מאָנען אַלץ וואָס אי...

באריס קארלאווJuly 13 · זיי מאָנען אַלץ וואָס איז "ניי" און אנדערש
נאָר מיט די זעלבע צוקערקעס און צאַצקעס ווי פריער
און צוליב דעם טראַמפּ און זיין ברודער סאַנדערס
גרייט זענען זיי צו רייסן קריעהדאַן כדי צו באַרואיקן די בייזע ווינטן
קילן זיי אָפּ די געמיטער די הייסע,
שרייען זיי: הילאַרי! הילאַרי קלינטאָן
וועט אונדז אַלעמען אויפשטעלן תחיית־המתים!און אַנדערע זיפצן: ס'אַראַ וועלט ס'אַראַ בראַווע,
זי גייט נעבאַך אונטער און מיט אַ טראַסק מסתמא
מ'עט נאָך זיכער בענקען נאָך די טעג די זשוואַווע
ווען ס'האָט געפירט אונדז פאַרויס ר' באראק אָבאַמאאון איך וועל אייך זאָגן: דאָס רעדעלע דרייט זיך
און הגם יעדער דריי קאָסט אונדז טייער אוודאי
וועט מען פאָרט מיט גאטס הילף זיך געבן אַן עצה.
פרעגט איר: וואו? כ'ענטפער גלייך: מסתם אין קאַנאַדע!LikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare 10Velvl Chernin, Mendy Cahan and 8 othersCommentsDov-Ber KerlerWrite a comment...
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 16:46

באריס קארלאווJuly 15 · ווידער פארציטדער מקונןזי...


באריס קארלאווJuly 15 · ווידער פארציט
דער מקונן
זיין דוינעאומעטיק ברעכיק
און
ברכהדיק מידשמיעה
לראיה
איז טאקע ניט דומהאיז קוק איך
און הארך איך
ווי ער זינגט זיין לידLikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare 8Zackary Sholem Berger, Shoshana Wolkowicz and 6 others1 share
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 16:44

ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם

Write a comment... באריס קארלאווJuly 15 · ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעםסיי בשגגה, סיי ביודעיםאון די וועלט מיט אירע וועלטלעךהאט גענומען זיך צו שעלטןזיך צעווערטלט מלא חימהאון געביטן גלייך די טעמע
און די איבעריקע לייטלעך
האבן אלץ געשוויגן דייטלעך
זיך געהאלטן ביי די זייטלעך
און געפאטשט זיך אין די בייכלעך
איינער בלויז, א כניאק מסתמא,
האט געכניקעט: "מאמע, מאמע,
ס'איז דאך קלאר געווען מקודם,
אז ס'עט זיך אויסלאזן א בוידעם!"LikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare 9Velvl Chernin, Zackary Sholem Berger and 7 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 16:43

דער לעצטער טאג אין ווילנע


באריס קארלאווAugust 10 at 7:53pm · דער לעצטער טאג אין ווילנעאיז ביז ווייטיק קורץנאר אויך דער ווייטיק וועטמיט יארן ווערן לינדעראון דו, געבאלעוועטער פוריץ,וועסט אדורךפון פיין צו שיין
דעם לאנגן וועג, דעם ווילדן
און וועסט א זאג טאן:
ווילנע, כ'בענק נאך דיר אזוי,
נאך דיר אזא, ווי ביסט אמאל געוועזן,
אמאל, אמאל ווען איך אליין
נאך גארניט ניט געווען.
און איצטערט -- שימלסטו אין שטויב
און איך, א גרוי-באבארדעט וועזן,
זאפ איין נאך מערער פארן אפשייד
דיין אומגעהייער אש און גרוי
און ווינטש דיר אלץ דאס בעסטע
ווערן זאלסט גענעזן.LikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare 7Velvl Chernin, Ber Kotlerman and 5 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 16:40

קיין עין-הרע



August 2 at 7:15pm ·  כ'בין קיין-עין-הרע
א פאעט א מינארער
כ'רייס ניט איין קיין וועלטן
קער ניט איבער קיין בערג
וויל דעם תהום ניט שעלטן
און לויף ניט אוועק פון קיין געלט...מערניט כ'טו בלויז שלייפן
די ווינקעלעך שטייפע
פון די ווינציקע ווערק
וואס קומען צו גאסט
זעלטן-ווען, נאר צעהעלט
און בעטן זיך שטיל
ווי רק פאר זיי ס'פאסטאיך זאל זיי פארשרייבן
דורכזיפן און איבערקלייבן
און דאן ווארפן צוריק אויפן דיל
וואו כ'האב זיי, במחילה,
געפונען לכתחילה...א פאעט א פראסטער
ווי אן אלטער טאסטער
וואס זיין געזאנג מינארער
פארזיווגט דעם יצר טוב
מיט אומפערזענלעכן לשון הרע2 Comments 22Moises Kijak, Maria Luisa Stelung and 20 othersLikeLikeLoveHahaWowSadAngryCommentShare
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on August 20, 2016 16:36

June 16, 2016

א גרוס מיט געזאנג

--

און אַזוי וויל איך גריסן דעם סוףמיט געזאַנגמיט געזאַנגאון מיט דאַנקשאַפטאון שליסן מיט אייביקן שלאָףאיבער צוואַנגאיבער צאַנקאַ באַקאַנטשאפט
און דעם ליכטיקן, ציכטיקן דאָ – גרויסן דאַנקגרויסן דאַנקוואָס איך קום אים פון לאַנג שויןזאָל אויף אייביק געבענטשטזיין די שעההעלע שעהפון אונדזער פאַרוואַנדשאַפט
כ'וועל מסתמא ניט בעטןמער ליכטווייל אויף בעטןוועל זיכער זיין קראַנק שויןבלויז אַ קוש טאָןמיין ליבשאַפטס געזיכטמיין ליבשאַפטס געזיכטמיין טיף אייגענעם לאַנדשאפטאון אַ זאָג טאָן
אַ זאָג טאָן
אַן ערך אַזוי
אַזוי לפי־ערך
כ'שענק אַוועק דיר,
מיין ליבע,
מיין אור־ערשטן אוי,
מיטן שטויב,
הימל־שטויב
פון מיין ערדישן דרך אַ זאָג טאָן  אַן ערך אַזוי אַזוי לפי־ערך כ'שענק אַוועק דיר, מיין ליבע, מיין אור־ערשטן אוי, מיטן שטויב, הימל־שטויב  פון מיין ערדישן דרך
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 16, 2016 16:13

June 15, 2016

פּוילן תשע"ו

--
וואַרשע תשע"ואַן אַנדער וואַרשע
אַן אַנדער וועלט
ניט זי דרשהט,
ניט זי שעלט...די גאַסן ריינע –
וואָס ווייסן זיי
פון יענעם גיהנם,
פּיין און וויי?היפּש הײַפל יידן
האָסט דערקענט
ביים טעאַטערס
שטומע ווענט...די שטומקייט
עקט זיך
מיט פּוילישע רייד
אין יידישע מיילער
(ווי קאָן מען אָן זיי?!)אַן אַנדער וואַרשע
אַן אַנדער דריי...קיין שוואַרצע קאַרשן...
אָן זיי, אָן זיי –
בלייבן די גרינע גאָר
אַליין.   וואַרשע, איר תשעו

דירה בתחתונים 
דערצייל אים, דערצייל אים – דעם ייד אויפן צלם:  
אין לאָדזש, אין לובלין אין גער און אין קראָקע
צעהענגט מען אויף ווענט איצט אַן אַנדער מין ייד
וואָס רק טוט ער ציילן געלטער, ממתקים,
מטבעות, באַנקנאָטן... אויף טריט און אויף שריט...    
מ'גלייבט ער'עט ברענגען סיי גליק סיי עשירות
און דווקא אויף דער, אויף דער זינדיקער וועלט,
גראָד אין דער נידער פון זיין טאַטעשיס דירה
וואו גשמיות נישטיקע קיין צייט ניט פאַרפעלט.    איין ייד צוגעזאָגט האָט דאָס גליק אויפן הימל,
דער אנדערער כלומרשט בענטשט דעם יריד...
ווערסט צווישן די ביידע, אין רעשיק געווימל,
מיט יאַשטשערקעס לאַכנדיק – צעטראָגן און מיד.   
דערצייל אים, דערצייל אים – דעם ייד אויף דער וואַנט,
אַז דער ייד אויפן צלם האָט אויף אים זיך דערוואַרט... Top of Form
ירושלים, סיוון תשע"ו
קאַזשימעזש
אויף דער אַלטער גאַס שעראָקעאויף דער ברייטער גאַס פון קראָקע –שפּיל און פרעס און פאַרגעניגן אויך שפּאַציר, געזאַנג און ניגון,און אוודאי (מ׳קאָן דען אַנדערש?!) –קלעזמערלעכע קאַראַאָקע
און צו־מאָל פון צווישן טויזנטטוסט דערזען דאָ אויך אַ יידןצווישן ווענט וואו שאָטנס הויזןזיך צוזאַם מיט שטויב פון קלויזן,און די גוטע געסט וואָס קריגןשטיקלעך פיש און וויין און רויזן
גייסט פאַרביי און זאַמלסט שטויבןאון פאַרכאַפּסט וואָס מערער שאָטנסהאָפנדיק אַז דיין געדנקשאַפט ווי מיט שטיקלעך תלית־קטנסוועט דערפרייען דאָרט אין אויבןדעם באַשעפערס הוילע בענקשאַפט
אויף דער אַלטער גאַס שעראָקעשוין נאָך מנחה, איידער מעריבאויף דער ברייטער גאַס אין קראָקעטוסט ניט קלאָגן און ניט לויבןנאָר פאַרעקשנט, ווילסט איינבראָקןברעקעלעך ביטחון־שטויבן
נאָך דעם בראָך פון אַלע בראָכן
קראָקע, סיוון תשע"ו
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 15, 2016 07:28