Dov-Ber Kerler's Blog, page 20
April 27, 2015
איידער חי ווערט ל"ו
לאָמיר זינגען אונדזערע לידערפון סוף צוריק צום אָנהייבוואָס קאָן זיין שענער ווי צוריקגייןצום אָנהייב אַז מע טוט בשלוםאיבערלעבן אַזש דעם סוףן
לאָזט אייך דינען, שוועסטער, ברידערס'וואָרקען ווידער די טויבןזייער געזאַנג – הוילע גרינקייטאיבער בראשית, בערג, און טאָלןאיידער חי ווערט ל"ו
Published on April 27, 2015 21:57
דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכעניש
דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכענישפון ווייטע טעג,דיין היינט, דעם מאָרגנס אַ פאַרשוועכעניששווימט אויך אַוועקאון דאָך צו־מאָל דיינס אַ פאַרשפּרעכעניש – טויכט אויף מיט בליץס׳געווען דיין יונג־און־בראַוו צעשטעכעניש!אַ גוטער וויץ
און אין דעם עכאָ פון דיין רעכענישפאַרבלייבט ביז לעצטדער אומרו נאַרישער און לעפּישערפון קלוגן לץ
,און פון דעם קאָכענישפון ברעכענישפון טעג אויף נעכטשווימסטו אַוועק,אין שווימאַוועקעניש!און שוין, אַן עק
Published on April 27, 2015 21:42
February 9, 2015
צוויי זינגפייגל
ער איז געווען אַ האַרבער נוס,אַ האַרבער נוסנאָר אינעווייניק ווי אַ גרוס די אַלע אויסגעפּוצטע פּאַוועס האָבן ביי אים געברענט מיט גלוסט פּוכקע לבבות
און דו, דו ביסט סענטימענטאַלרק דו פאַרטרינקסט געפיל מיט קאַווע מיט ים פון קאַוועדיקן שלל נאָר אינעווייניק בלייבסט אָן גאַל צום אומרו־רוף פון דער קוקאַווע
אין היץ, אין קעלט אויף אָט־דער וועלטגעזונגען האָט איר -- סיי ער, סיי דו -- קו-קו, קו-קו... קו-קאַ-רע-קו!.. דאָס רעשט -- גלאַט פּרטים.
Published on February 09, 2015 13:55
די ליבע איז גרויסאון די שנאה איז קליינלעך.די ליגנס פאַרגי...
די ליבע איז גרויס
און די שנאה איז קליינלעך.
די ליגנס פאַרגייען...
די אמתן פּיינלעך –
זיך דרייען און דרייען
אין דעם חלל וואו שאלות
געדענקען דעם פליגל־
געפאָך פון דער ליבע.
און ס'בעט אויס מחילה
ביים מעסער דער רוקן,
איעטווידע טרער
ווערט, במחילה,
פאַרטרוקנט...
בעת פּיצקעלעך ליגן
נאָך ערגעצוואו טליען –
נאָר ליבע, רק ליבע,
באַקומט די עליה.
פאַרגעס זשע די שינאה,
די קליינלעכע שטורעמס;
דעם אויסוואָרף – באַדויער,
פאַרגיב – דעם מטורף.
די יאָרן לעולם
ניט קערץ זיך, אַכיבע
ביסט גרייט זיך צו עקן –
ס'זאָל זיך מערן די ליבע
Published on February 09, 2015 13:48
December 18, 2014
לזכר אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט
[image error]
איינער דערזעט דעם סוףפון דעראיינער – פון יענערזייט פון שלאָף
דו האָסט דערזעןדעם גרויסן אַדערויףדעם גרענעצלאָזן שכר
פון ביידע זייטןפון דעם גזר
דער האָניג ביטערער פון צער
דערגאַנצנדיק דעם גאַנגגלייך אָן אַ ברעקל באַנג
דיך פאַנגט מיט שטאַרביקייטפון צייטןאון דאָך צום תוך פילפאַרביקן
דערלאַנגסטו מורמלענדיק: איך האָףפון ביידע זייטן פונעם שלאָףצונויפצופּאָרן אַלע ווייטן
Published on December 18, 2014 03:09
December 7, 2014
אבי דער אבי אבות זאל דערהערן
עמעצער וועט זיכער געפינען עפּּעס
עפּּעס־וואָס, ערגעצוואו, ווי־עס־איז
אויף עפּעס אַן אופן אַזאַ
אַבי ער׳ט געפינען
אַבי צוליב עפּעס־דאָס, עפּעס־יענץ
צי פאַר עמעצנס וועגן
און דער אַבי וועט דערלאַנגען
און בלייבן שטאָלץ שטעקן
אין דעם ווייטן און דאָך אַזאַ נאָענטן אָב
דעם אָבי אָב פון אַלע זוכענישן
אַלע אויסגעפינסן
פון אַלע אַבי רעדנס
אַבי זאָגנס
אַבי אָטעמענס
כּל־זמן עס אָטעמט זיך נאָך
איידער אַש, איידער פּאָרעך
איידער עס פאַרוואַנדלט זיך
אין דעם הויכן שטומען ווידערקול
פון אַ לעבעדיקן האַרץ־ציטער
אַבי דער אָבי אָבות
זאָל מיט שמייכל
דערהערן
די אייביקע ציטערניש
דעם צאַפּל
דעם הייליקן פונק
אינעם וואונק
פון שוואַרצאַפּל
פון אַבי עמעצן
Published on December 07, 2014 19:51
December 6, 2014
ווינטער יאָך
--
עס זאָגט דער לוח קלאָר: "אין דרויסן איז דאָך האַרבסט!"י
נאָר דער צעחושטער ווינט – קיין אָרט זיך ניט געפינט ער,י
די רעגנטראָפּנס ווערן שניי, די ווייטע זון זאָגט: "שטאַרבסט?י
טאָ שטאַרב געזונטערהייט, עס גייט אַ שווערער ווינטער."י
ווי קאָן מען איבערלעבן דעם שווערן ווינטער יאָך,י
גענויער נאָך: ווי קאָן מען אים, דעם בייזן, איבערשטאַרבן?י
און טיף אין די געבליטן – לכבוד זומערדיקן קאָך
דערוואַרעמט זיך די ווייסע קעלט מיט וועסנעדיקע פאַרבן.י
עס זאָגט דער לוח קלאָר: "אין דרויסן איז דאָך האַרבסט!"י
נאָר דער צעחושטער ווינט – קיין אָרט זיך ניט געפינט ער,י
די רעגנטראָפּנס ווערן שניי, די ווייטע זון זאָגט: "שטאַרבסט?י
טאָ שטאַרב געזונטערהייט, עס גייט אַ שווערער ווינטער."י
ווי קאָן מען איבערלעבן דעם שווערן ווינטער יאָך,י
גענויער נאָך: ווי קאָן מען אים, דעם בייזן, איבערשטאַרבן?י
און טיף אין די געבליטן – לכבוד זומערדיקן קאָך
דערוואַרעמט זיך די ווייסע קעלט מיט וועסנעדיקע פאַרבן.י
Published on December 06, 2014 12:02
December 2, 2014
אלץ וואס קומט אריין אין מיין ליד
אַלץ קאָן געפינעןאַ קיום – ביי מיר אין ליד
אַ בינטל שטרוי
אַ טראָפּן טויאַ קויל וואָס גליט
אפילו אַ שטיינדלוואָס צווישן די פינגערזיך חנדלט
אַ שאָרך פון ווינט,אינעם ברייטן
ווייטן קאָרנפעלד
אַ טרער פון טינט
און אַ האַרץ וואָס קוועלט
און אַ גאָלדענע פעדערפון אַ פויגל אַ טשיקאַווען
און אַ בליק פון אַ קינדוואָס פאַרלירט זיין מאַמע
– און אַלץוואָס פאַרמאָגט אַ האַרץאון טוט בענטשן דעם קיום
מיט אַ טראָפּעלע פרייד פון סאַמע אינגעוויידצום סיום
Published on December 02, 2014 12:50
November 25, 2014
אַ געראָטן ליד מוז אינמיטן פליפאַרמאָגן פייגעלעך אין בויך...
אַ געראָטן ליד מוז אינמיטן פליפאַרמאָגן פייגעלעך אין בויךאון מיט זייער געזאַנג אין האַרצןמעג עס אויךשוועבנדיק טאַנצן –
ברייט צעפאָכנדיק די צווייגןאון אַלץ ווייטער און ווייטערצעטרייבןדי קלוגע וואָלקנספונעם יאושדיקן שווייגןאַזעלעכנס און אַזאָלכנס
און דעם רייטעראויפן שפּיץ כוואַליע –זאָלן אים דער כוואַליעס שוועסטערגריסן אַלעמיט אַ באַהאַרצטן יבוא ויעלה
ווייל אַ ליד, אפילו אויב ס'אַ יחיד במינו,מוז זיין פאַר זיך אַן אָרקעסטעראַ רעגנבויגן פון קאָלירןאפילוווען דעם ליד'ס האַרץלעכצט צו גרינען
אַ ליד אַ געראָטנסצווישן זיין און ניט־זייןצווישן שאָטנס און שיין –אַ געבענטשטער אָטעם
Published on November 25, 2014 21:18
אַזאַ ווי דו ביסט
אַ גאַסט אין דער הייםאון אַ גייסט אין דער פרעמדוואַנדערסט כסדר איבער שטעטלעךאון שטעט
דער וועלט, וואָס איז געטלעך,וואַרפסטו דעם גטאון ווידער אין חדרפאַרבלייבסט ביז צו שפּעט
צו לויב און צו שפּאָטצו גאָטאון צו לייטפילסט זיך גאַנץ נאָנטאויך העט פון דער ווייט
און לשון פון מענטשןפון פייגלפון בויםווילסט אַלץ דערקענעןכאָטש ס'דערקענט זיך קוים־קוים
געקענט שויןאַזויפלפאַרגעסן און שויןנאָר ווי קאָן מען פאַרגעסןדעם פויגל, דעם בוים
ווי קאָן מען פאַרגעסןדעם טעם פון דעם זויםבין אדם למקוםצווישן הימל און מענטש
ס'מעג דיר אויספאַלן באָקאָםצו זיין דער פּאַרענטשצווישן הימל און שימלצווישן קלאָר־גייסט און מיסט
אַבי דו וואַנדערסט דורך ווימלאַזאַ ווי דו ביסט
Published on November 25, 2014 13:20


