Dov-Ber Kerler's Blog, page 18

March 1, 2016

אין כפר־אלדד

-

איך זיץ מיט וועלוולען אין כפר־אלדד און כ'טו דערמאָנען זיך אין יענע יאָרן ווען כ'האב געקוקט  ווי ד"ר ישראל אלדד פלעג אויסגיסן אויף בעלי ספקות בליציק שארף זיין צאָרן.
אַ ווינטל פון די ירושלמער בערג דערגרייכט  צו די געבערג פון גוש עציון און שווערן ס'וואָלט געמעגט מיין אויסדוירער־זכרון דערגרייכנדיק צו שפּיצן פון ארץ־ישראל ערד
אז יינגערט זי זיך דא  דורך אור־אַלט פרישע יאָרן
אַז יידישע געדענקשאַפט אָן אַ שיעור טוט נעסטיקן זיך דא
אין סאַמע צווישן פאַלאַסטינער דערפער...
טאָ וועמענס איז דאָס לאַנד וואָס איר באַריר דערוועקט דעם הייסן גלי  פון גייסט, מיט שטעכעדיקן ברי פון ביבליש פרישן קערפּער?
איך שטוין און טו אַ שטילע תפילה: גאָטעניו, דעהער  –  ניט אַלץ וואָס שונאים פּריידיקן טאָר מען געדולדיק מערן.
איך זיץ מיט וועלוולען דאָ, אין כפר־אלדד–  דער זכות פון מיינע אבות דאָ –  איז קרישטויל־קלאָר לעדי עד אונטער דעם הימלס  הייסע, וואָרע שטערן.


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 01, 2016 01:25

February 16, 2016

A new poem inspired by Hava's post with lovely photos of the sea



דער זעלבער ים 
די זעלבע כוואַליעס 
רק עפּעס־וואָס אין דיר 
ווערט קאַליע
דורך יאָרן
פון אַ לאַנגן וואַנדער
דערשפּירסט:
דו זעסט שוין אויס
גאַנץ אַנדערש
לאוו דווקא ערגער
לאוו דווקא בעסער
מערניט, צעשראַמט
פון צייט אָן מעסער
דיין גאַנג, דיין פּנים...
נאָר וואָס? --
דיין שמייכל
(ווי קאָן מען אָן אים)
טוט גליקלעך גרייכן
ברייט צעשטראַלט --
צום זעלבן ים
צו זעלבע כוואַליעס
און אינעווייניק
ווערסט ניט קאַליע!
Dov-Ber Kerler's photo. Dov-Ber Kerler's photo. Dov-Ber Kerler's photo. Dov-Ber Kerler's photo. Dov-Ber Kerler's photo.+9LikeCommentShareMoises KijakJamie WestBeruriah Wiegand and 6 others like this.Comment
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 16, 2016 16:54

November 18, 2015

א שמועס מיטן זייגער



א באשיידענע מתנה דעם טייערן פריינד Борух- Борис Дорфман
אין דער שטילקייט זיך פאַרקליבן
קוקסט אין איר זיך ווי אין שפּיגל
וואָס זשע טאַקע נאָך געבליבן  –
רעדן יידיש צו דער וואַנט?
צי צו יענעם אַלטן וויגל
פון דער קינדהייטס ווייטן ראַנד?
צווישן שווייגענישן פילע
הילכט פונאַנדער זיך אַ תפילה
און זי מעלדט זיך הויך און קראַנט:
רעדן רעדסט זיך אויס במחילה
ניט צו דער וואַנט און ניט, חלילה,
רק־און־בלויז צום שפּיגל סתם.
ביסט דאָך עפּעס אַ צעלייגער  –
איז רעדסטו יידיש מיטן זייגער,
ווייל ביסט גאָרניט קיין אַליינער
מעשה "איך און ווייטער קיינער".
וואָס דיר ווענט, רחמנות־לייענער?!
דו, – רעד צום אומרו פון דער צייט  –
וועלן דיך דערהערן לייט!

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 18, 2015 17:07

November 8, 2015

יע, יע

-
דער דיכטער האָט געשוויגן זעלטן
:נאָר מערסטנס פלעג ער זאָגן רק יע, יע
און מיט דעם זאָג געפאַנגען
ביידע וועלטן
,אי די פון שירה
אי יעניקע פון פּראָזע
-- און דער עיקר
,ני בע, ני מע
-- ני קוקעריקו
אין פולער מאָס
אַ הילכעדיקע דאָזע
סיי ניכטערלעך
און סיי אַ טראָפּל שיכור
פאַרברידערט זיך מיט יעטווידן
וואָס ווייסט דעם טאָלק אין פּאָזע
פון עכטן דיכטערלעכן דיכטער
אין היטל
נאָן־קאָמיטל
  מיט אַ דאַשיק
צומאָל אַ שטילע טויב
צומאָל אַ פויגל וואָס זינגט רעשיק
:מיט זיך אַליין אין אייביקן געוועט
יע. יע
ני בע, ני מע
-- און פּלוצים דווקא
!קו-קע-רי-קו! געטראָפן גלייך צום עיקר
אַן אמתער
אַ הערלעכער
..פּאָעט




1 like ·   •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 08, 2015 18:48

October 22, 2015

דער בעלגישער רעגן

-

Dov-Ber Kerler shared ‎באריס קארלאוו‎'s post.June 20, 2013 ·  באריס קארלאווJune 20, 2013 · 
דער גוטהאַרציקער רעגן
אויף בעלגישע וועגן
מע זאָגט
ער איז נעבעכדיק
שוואַך
און איך קלער דערוועגן
ווי מילד טוט ער וועבן
זיין צערטלעכן פאַל
אויף דעם שליאַך
ווי מוטערלעך ליכטיק
ווי פאטערלעך ציכטיק
עס קאַפּעט
אַ קאַפּ
נאָך אַ קאַפּ
דער בעלגישער רעגן
וואָס קאָן ניט אויפרעגן
רק אויסגלעטן
ווייך
יעדן קלאַפּ6 Likes1 Share
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 22, 2015 00:46

October 21, 2015

,געשטאָרבן דער לעצטער בעל־תפילה



באריס קארלאווNovember 29, 2013 · Bloomington, IN · Edited · 2013-1910
                         אין 1910 האט דוד איינהאָרן אָנגעשריבן זיין בארימט ליד "געשטאָרבן דער לעצטער בעל תפילה".                            צייטן און לידער רופן זיך איבער... ,געשטאָרבן דער לעצטער בעל־תפילה?דער לעצטער בעל־שם־טוב פון וואָרטס'איז ביטער, און דאָך צו נעילה– צווינגט ניט דער מקום, ווייל פאָרט
  – די קינדער פון אָדמען שטיל,זיי טאָרן ניט ווייטער זיין שטום
,ווען ס'קלעקט מער קיין נאָכקול אפילוווען ס'דאַכט, אַז די ווערטער די פילע.פאַרקערעווען ערגעצוואו קרום
?געשטאָרבן שוין? טאַקע? אינגאַנצן?געבליבן רק פּוסטקייט און בראָך
,דורך טרערן וואָס שטאַמלדיק טאַנצן,די ווערטער פון תפילה די רייפעבעל־שמיקע, טוען אַ קאָך אַז קינדערלעך זאָלן באַגרייפןמיט פייער אין האַרצן אין יונגןדי קולות וואָס קלינגען און זינגען!מיט פליגלען אַ פאָך נאָך אַ פאַך     ,געשטאָרבן, אַוועק דער בעל תפילה...די וועלט ווערט אַלץ קילער און קילער
און דאָך
Like   Comment   ShareВалерий ДымшицMoises Kijak and 2 others like this.3 sharesCommentsDov-Ber KerlerWrite a comment...
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 21, 2015 21:30

October 18, 2015

צו גאָט און צו לייט





***
לערן זיך אויס דעם אַלעפבייס פון שווייגן
זאָל דיינס איבערגיין און דער נאַרישער רעש
זאָל ער זיך ווייטער ווייען ווייט־ווייט פאַרביי
דיינע דלד אמות פון שטילער שווייגנשאַפט
וואָס היט דעם לעבעדיקן אָטעם
וואָס ווייסט אַז שווייגן מיינט ניט שטום
און עס מיינט חלילה ניט פאַרשווייגן
מערניט שווייג כל־זמן עס שווייגט זיך
ביז דו דערגרייכסט יענעם דראַנג
אַרויס מיט אַ קלאַנג אַ הערלעכן
פון דער אייגענער אַקוסטישער גניזה
מיט אַ וואָרט אַ וואָרס
צו גאָט און צו לייט
פאַרן עולם,
קבל עם ועדה
דיבוק וגולם
ונאמר: סאַכטיין



*** 

ווי אַן אָנגעצויגענע סטרונע
אַ מעמבראַנע
וואָס מאַכט אַ שהכל
אוף יעדן געוואַקל
פון הילכיק
אויסגעשטומטער
מה נשתנה
גרייט אָפּצוריכטן
דעם מינדסטן שאָקל
הכל בכל מכל כל
קלאָר ווי קרישטויל
אָפּשטויסנדיק
דעם פּחד'ס טייוואָלים
תהו ובהו
שהי פּהי
הבל הבלים6 Likes1 Share

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 18, 2015 21:58

October 15, 2015

לערן זיך אויס דעם אלעפבייס פון שווייגן




לערן זיך אויס דעם אַלעפבייס פון שווייגןזאָל דיינס איבערגיין און דער נאַרישער רעשזאָל ער זיך ווייטער ווייען ווייט־ווייט פאַרביידיינע דלד אמות פון שטילער שווייגנשאַפטוואָס ווייסט אַז שווייגן מיינט ניט שטום
און עס מיינט חלילה ניט פאַרשווייגן
מערניט שווייג כל־זמן עס שווייגט זיך
ביז דו דערגרייכסט יענעם דראַנג
אַרויס מיט אַ קלאַנג אַ הערלעכן
פון דער היימישער אַקוסטישער גניזה
מיט אַ וואָרט אַ וואָרס
צו גאָט און צו לייט
פאַרן עולם,
קבל עם ועדה, דיבוק וגולם
ונאמר: סאַכטיין

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 15, 2015 00:23

October 6, 2015

דעם הימלס פליגל



באריס קארלאווSeptember 27 at 1:13am · דעם הימלס פליגל, צי שפּירט איר זייער פלאַטער,
ווען טאָג ווערט מיד, און דאָך ניט אויסגעמאַטערט
און שטילער ווערט דער קאָך פון דעם מעת־לעת?

די צייט פון ערב מנחה רוקט זיך אונטער
נאָר ס׳לויפט דער זייגער ווי כסדר מונטער...
די וועלט איז רייף און פול דערוואַרטנדיק אַ נס.

און איבערנאַכט אַ נייער נס וועט קומען
מיט פייגל שחרית ווען עס טאָגט דער אומעט
און הימלס פליגל קלאַפּן העכער – הערסט?!2 Likes6 Comments
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 06, 2015 11:13

דיין ניגון עקשונותדיק לאָזט זיך ניט אונטער


מע זאָגט: דו ביסט טויט, ביסט פאַרגאַנגען, געשטאָרבן
אָט אָטעמסטו קוים, ס'איז ניט קלאָר צי דו זשיפּעסט...
אין בעסטן פאַל האָט מען אין הינערפּלעט עיפּוש
געלאָזט דיר אַן ערטל דערווייל, אַ פאַרדאָרבנס.
דיין ניגון עקשונותדיק לאָזט זיך ניט אונטער
און וויל גאָרניט ווערן פאַר יענעם אַ קרבן
ביסט טאַקע אויף צרות נאָר גערעכט ז'יענער טיפּש
וואָס וויל ניט אַוועק און בלייבט האָפערדיק מונטער.4 Likes 1 Share
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 06, 2015 10:47