Dov-Ber Kerler's Blog, page 19
October 4, 2015
שמחת תורה תשע"ו
--
יידן טאַנצן שמחת תורהדי הקפות פול מיט פרייד.
יידן, בלויז פאַר גאָט האָט מורא,
ווייל פון לאַנג די בעסטע סחורה –
דעם בטחון – האָט דער בורא
פאַר אונדז אַלעמען פאַרגרייט –
רק ניט מיט גוואלד
גדול־ונורא
נאָר פאַרקערטערהייט –
גאָר טאַקע
מיט דער קראַפט פון דממה דקה
שאַ, בלי רעש,
שטיל־שטילערהייט –
איר זאָלט קאָנען טאַנצן ווייטער
האַרציק, לעבעדיק און הייטער,
לוסטיק, זינגעוודיקערהייט.
טאַנצט זשע, ברידער, די הקפות
אַלע פּלאָגן אויף צו להכעיס
איבער פּיין, און גרויל, און וויי,
ס'טוט אונדז אַלעמען מעורר
פול אויסדויער, זאַט מיט דורות
אונדזער יום־טוב – שמחת תורה
ליכטיק קלאָר
און מלא פרייד.
10 Likes
[image error]
יידן טאַנצן שמחת תורהדי הקפות פול מיט פרייד.
יידן, בלויז פאַר גאָט האָט מורא,
ווייל פון לאַנג די בעסטע סחורה –
דעם בטחון – האָט דער בורא
פאַר אונדז אַלעמען פאַרגרייט –
רק ניט מיט גוואלד
גדול־ונורא
נאָר פאַרקערטערהייט –
גאָר טאַקע
מיט דער קראַפט פון דממה דקה
שאַ, בלי רעש,
שטיל־שטילערהייט –
איר זאָלט קאָנען טאַנצן ווייטער
האַרציק, לעבעדיק און הייטער,
לוסטיק, זינגעוודיקערהייט.
טאַנצט זשע, ברידער, די הקפות
אַלע פּלאָגן אויף צו להכעיס
איבער פּיין, און גרויל, און וויי,
ס'טוט אונדז אַלעמען מעורר
פול אויסדויער, זאַט מיט דורות
אונדזער יום־טוב – שמחת תורה
ליכטיק קלאָר
און מלא פרייד.
10 Likes
[image error]
Published on October 04, 2015 14:41
September 22, 2015
מ׳האָט שוין צוגעזאָגט אַ ווינטעררק עס זאַמט זיך אַלץ דער ...
מ׳האָט שוין צוגעזאָגט אַ ווינטער
רק עס זאַמט זיך אַלץ דער האַרבסט
אומגעדולדיק זשומען ווינטן
יעטוועדיקן בלעטל: שטאַרבסט?
נאָר עס גרינען נאָך די בלעטער
מעשה־זומער און דער וועטער
איז נאָך אַלץ אומגלייבלעך וואַרעם...
איידער ס'קומט דער ווינטער פרעכער
וואָס מיט פרעסט און שנייען וועט ער
אַלץ פאַרשפּאַרן.
Published on September 22, 2015 12:38
September 20, 2015
זיך צעשפּליטערט אויף טויזנטער יידן
זיך צעטראַסקעט אויף טויזנטער יידןזיך צעבענקט נאָך פיל טויזנטער מערניט געלאָזט אַז דער יאוש זאל שמידןדי ליבשאַפט מיט ווייטאָג באַשווערט
יעדן קנייטש, יעדן זיפץ, יעדן שמייכלטיף אין זיך איינגעקאַרבט, איינגענייטפרישע בליצן פון זקנישן שכלאין זיקאָרס אינגעווייד איינגעדרייט
און באַמיט זיך ניט קלערן פון בוידעםוועלכער האָט זיך פון אונדז אויסגעלאָזטמחמת אַלץ וואָס געווען איז מקודםלעבט אויף אייביק אין יידישן אות
און די אותיות – אין הערצער און מיילער ביי דער יוגנט וואָס קלאַמערט זיך דאָך –מיטן אימפּעט וואָס שפּרודלט אַלץ ווייטער – דעם זקנס ניט־דערשקיעהטן קאָך.
Published on September 20, 2015 13:13
August 31, 2015
לזכר ה. בנימין
זיי רואיק, שניי, ער איז שוין מער נישטאָ,י
נאָר בענקען וועסטו שטאַרק נאָך אים
אַ רגע נאָך אַ רגע,י
אן אייביק לאַנגע שעה.יזיין ווערטער־דראַנג טוט הויערן נאָך אַלץ
און שפּורלאז אויף דיין פּוך עס טריפט
מיט טראָפּנס אוי
אויף־בריקן־זיין־צעברעקלט האַרץ.יזיי רואיק, שניי,י
פון שטערן וויש זיך אָפּ דעם שווייס
און זאָג מיר שטימלאָז נאָך:י
לכאורה איז ער מער ניטאָ,יאון דאָךאַ רגע נאָך אַ רגע
כל־זמן עס אייביקט קלאָר די שעה
דערהערסט זיין אָטעם און זיין קול,י
זיין פעסטן טראָט --ימיר זיינען דאָ!.. י
----
Published on August 31, 2015 11:40
August 23, 2015
וויסקי־שמיסקי
איך געדענק דעם טעם פון וויסקי
און דעם טעם פון רויע בולבעס
און דעם טעם פון פולער ציצקע
און דער מאַמעס פרישן מילעך
און כ׳דערמאָן זיך: וויסקי -- שמיסקי,י
ווען פון די קראַמפן ווערט דער מוח
שטאַרק פאַרדרייט -- קייסטו די בולבעס
און פון וויי פאַרגלאָצט די אויגן
שעפּטשעסט אויסעט:י
״מאַמע, מאַמע -- מילעך וויל איך
מילעך, מילעך.״
ביז ס׳פאַרגייט דער וויי־וויי־ווייטאג
און ס׳קומט די צייט צו טרינקען וויסקי
און ס׳מער, דאַנקען גאָט, ניט נייטיק
צו פּליעסקען מילך איבער די פּיסקעס...י
נאָר אויך דאַן, גוט בגילופין,י
גלייך ווי וואָלסט געווען אויך ניכטער --י
שעפּטשען ליפּן: ״מאַמע, מילעך,י
ליבע מאַמע, מילעך וויל איך...״
מעשה דיכטער!י
אינדערלופטן, פליענדיק פון סטאַמבול קיין ירושלים, מוצ״ש, דעם 16 אויגוסט 2015
Published on August 23, 2015 10:08
August 8, 2015
דריי און פיר – אכט באזונדערע סטראָפן
1אַ ליד ווי קורץ עס זאָל ניט זיין
באַדאַרף צום אָטעם אַ שלל מיט לופט
אַז דער אַרום זאָל זיין אַנטגופט
פון אותיות־פרייד פון ווערטער־פּיין
אַז בלויז דאָס ליד מיט אייגן שיין
זאָל זיין צו אַנדערע – אַ רוף...
3אַ בוידעם לאָזט זיך אויס פון אַלץ וואָס האָט גאָר קודם
קיין פעסטן באָדן אונטער פיס נאָך ממש ניט געהאַט.
נאָר וואָס זשע דען? מע ווייסט ניט כלומרשט אַקוראַט
למאי ס'איז איינגעפאַלן מיט אַ טראַסק דער בוידעם!
מערניט עס רייסט אויף זיך די האָר מיט צאָרן אַלץ נאַש בראַט,
מע קריכט אויף גלייכע ווענט צי פּראָסט־און־פּשוט – גלאַט
פאַר גרויסן חי־וקים שרייט מען: הודו, הודו, הודו!..
4שוין לאַנג דיך ניט געזען אין מיינע דלד אמות
זיך שטאַרק פאַרבענקט נאָך דיינע שיינע האָר
און כ'זוך כסדר ס'ליכט פון דיינע אויגן פּאָר
ווייל ס'גייט אין איכות, ליבע מוזע, ניט אין כמות
און איכות גלאַט אָן דיר כ'שטעל מיך ניט פאָר
דעריבער כ'בלאָנדזשע ווייטער ביז קאַיאָר:
וואו ביסטו? דאָ, צי דאָרט? אויף זיכער, צי מסתמא?..
8געזוכט שוין לאַנג אַ קורץ געפּאַקטן אופן
צו כאַפּן עפּעס וואָס, ס'זאָל ברייטער זיין און קלאָר –
ניט צו פאַרפעלן עפּעס גערסערס אויף קיין האָר
ביים אָנלייגן אַ פינגער צו בודק זיין דעם דופק –
צי קלאַפּט ער טאַקע ריכטיק אויף דער וואָר
צום טאַקט פון אַלץ וואָס מאַכט משוגע אונדזער דור.
ניט פּרעטענדירנדיק דערביי צו זיין אַ שטיקל רופא...
6אַז וועסט קומען צו גיין און צו פליען קיין ירושלים
העט ממרחקים אָנקומען מיט דופטן פון רייפן סאָד
וועלן שטיינער און ביימער זיך שאָקלען אין ראָד
דיך באַגריסן, דיך בענטשן – "לשלום-לחיים!
זאָלסט שוין מער ניט פאַרלאָזן די שטאָט,
זיך ניט רירן אַוועק אויף קיים טראָט!״ –
וועסטו גרייט זיין לעולם פאַרבלייבן ברשות השמים
2ווען אַלע סופן טרעפן זיך אינאייעם אויף אַַ וויילע
און ס'דאַכט אַז אָט עס קומט אַרויס פון דעם אַ טאַלק –
פון אַ צעדריבלט רעדל ווערט אַ זשוואַווע פאָלק
און פון געזאַנג של מטה – שיר של מעלה,
דערהערסטו גאָר: אוי, ביסט, מיין פריינד, אַ באָק!
דאַן אויף אַזאַ מין מי־שברך טוסט אַ זאָג:
ס׳האַרץ ,נעבעך, ווערט ביי אייך, אַ תל אין זעקעלע פון ניילאָן.
5ס'איז מעגלעך גאַנץ נאָרמאַל דאָס משוגעת
ווען אַלע די, וואָס שפּאַנען כלומרשט ניכטער,
זען גרייט פאַרמשפּטן און שטראָפן מעשה־ריכטער
דיין וואַקלענדיקן גאַנג לענגאויס דער גאַס.
זיי בורטשען בייזלעך שאַרף: וואוהין דאָס קריכט ער?!
און קרימען איבער ווי פון עקל די געזיכטער...
נאָר דו, צוריק צום גלייכגעוויכט, גייסט ווייטער גלאַט, אָן כעס.
7באַלד וועט ניט ווערן אויך דער לעצטער שפּור
נאָר וואָס זשע דען? זיין זכר וועט זיך מערן
און וועט זיך טויכן, צאַפּלען, וועט זיך ווערן
פול אויסגעגעבענקטער קראַפט און מיט בראַוואור
אין ליד, אין וואָרט, אין טאַט; אין די געדערים
פון וועלט־נשמהס טרייע אינזשענערן
אין זייער קונציק פיינער נערוו־אַפּאַראַטור...
ווילנע, אויגוסט 2015Top of Form
Published on August 08, 2015 05:03
June 20, 2015
וויינטרויבן פאר דער נשמה
אין חלום, וואו איך האב דיך אויסגעפיבערט, האב אויסגעהויכט דיר, טיף דיר אין די אויגן,דעם לירישן פלי פון מיין מארגן. זיין נאמען?זיין נאמען, כ׳טו גלויבן, איז פשוט: וויינטרויבן פאר דער נשמה
און כ׳ווייס, דו וועסט גערן מיטפליען אינאיינעם אלץ ווייטער פון שרעק און פון גוואלד און פון רויבן צו שאפן דעם עיגול אין דער לופט אויסגעשלומט ביים קלייבן דערהויבן צוזאם – די וויינטרויבן פאר דער נשמה
קיין גרעסערן אוצר ביים אויסהויך פון רייפקייט קיין גרעסטער בר־מזל וועט זיך ניט דערלויבן –מע דארף ניט קיין אנדערע לוין, קיין הסכמה –ווי פליען און לויבן מיט דיר די וויינטרויבן פאר דער נשמה
און כ׳ווייס, דו וועסט גערן מיטפליען אינאיינעם אלץ ווייטער פון שרעק און פון גוואלד און פון רויבן צו שאפן דעם עיגול אין דער לופט אויסגעשלומט ביים קלייבן דערהויבן צוזאם – די וויינטרויבן פאר דער נשמה
קיין גרעסערן אוצר ביים אויסהויך פון רייפקייט קיין גרעסטער בר־מזל וועט זיך ניט דערלויבן –מע דארף ניט קיין אנדערע לוין, קיין הסכמה –ווי פליען און לויבן מיט דיר די וויינטרויבן פאר דער נשמה
Published on June 20, 2015 22:28
June 2, 2015
אַריבערפאָרנדיק די גרענעץ הינטער טשאָפּדערשפּירסט בחוש אַ...
אַריבערפאָרנדיק די גרענעץ הינטער טשאָפּדערשפּירסט בחוש אַ שטיקל עולם הבא
די ריכטיקע מאָדיאַרנלאַנד גלייך האָטמיט שמייכל דיר געשענקט איר ברוך־הבא
און הינטער איז פאַרבליבן פאָרט דער סוד
פון אוקרענלאַנד וואָס ווינקט צו דיר קיריליש
בעת ברייטע פלאַך די אונגערישע האָט
פאַרצויגן גלחות ניגון לעבעדיק סטעריליש
קאַרפּאַטן בערג, כ׳לאָז איבער צווישן אייך
און צווישן שטעטעלעך וואָלינער און פּאַדאָליער –
ביי יעטווידן – אַ צאַפּלדיקן שטיקל פון מיין האַרץ
מיט לעצטע שפּורן פון מיין פאָלקס פאַרשטערטער דאָליע
און וואו דו זאָלסט ניט קערן ווייטער זיין
אויף דער, צי יענער וועלט, וואו זאָלסט זיך ניט געפינען
די דאָליע מיט איר פרייד און רייד, מיט איר געזאַנג און פּיין
מיט אַלעפבייז מיט יידישן זאָל טיף אין דיר טאָן רינען.
Published on June 02, 2015 05:17
April 29, 2015
נעם צונויף
אַ מתנה מיין פריינד, דזשעפרי (יוסף) וויידלינגער
נעם צונויףדי רעשטלעךפון דער צייט
גיב אַ גלעטאַלץ וואָס איז ווייטאון ערשטלעך
און באַאָטעםהייסדעם איבערבייט
צערטלעך ריר עס אָןמיט דיזכרון־בערשטלעך
Published on April 29, 2015 10:15
April 27, 2015
ווי צום ערשטן מאָל
צום לעצטן מאָל גלייך ווי צום ערשטן מאָל,מיט פייגעלעך אין בויך,מיט יאַשטשערקעס אין שמייכלדערהערסט אויפסניי דער מאַמעשיס בת־קול
נאָר קאָנסט צו אים, ווי פריער, ניט דערגרייכן
אַ רגע פליט פאַרביי און ווי אַמאָלטוסטו אַ קלער אַז אפשר דאָרטן, אין די הייכןדערגרייכן וועט צום לעצטן ווי צום ערשטן מאָלדער מאַמעס קול דיין ווייטאָגדיקער שמייכל
Published on April 27, 2015 22:04


