Dov-Ber Kerler's Blog, page 14

December 5, 2016

ס'איז דאָ פאַרוואָס




באריס קארלאווNovember 29 at 2:23pm · Bloomington · ס'איז דאָ פאַרוואָס
ס'איז דאָ פאַר וועמען
אָן שום פאַרדראָס
פאַרהייב די ברעמען
אָן תוכחה, אָן האַרבע רייד...
עפן דאָס מויל
און אַלץ אַנטשייד.
גינגאָלד, קרישטויל
פערל און זילבער
צו רוחות אַלע לאָז
צו-רו. קלייב איבער
שטרענג, מיט מאָס
די זילבן.
גענוג אין שטותים
זיך צו גריבלען,
גענוג צו זוכן זכותים,
דו --
הער אויף זיך ספקן,
זיך שעמען;
מערניט אָן מקפן
אָן יענע
זינג אויס דער וועלטס אַיעטוויד אות:
ס'איז דאָ פאַרוואָס,
ס'איז דאָ פאַר וועמען
אָן מינדסטן ברעקעלע פאַרדראָס.LikeShow more reactionsMoises Kijak, Moshe Taube and 15 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 05, 2016 21:15

November 27, 2016

צווישן נאָך און שוין





צווישן נאָך און שויןשטייט אַ גרויסער בויםצווישן שוין און נאָךליגט אַ גרויסער לאָך

שטייען מיר אַזויצווישן לאַך און בויםאון מיר גייען נאָךצווישן בוים און לאָך

און עס טוט אַ שטאָךהאַרציק־שאַרף אַ טרויםצווישן אַך און אָךזיך צערטרלען לעבן בוים

צווישן נאָך און שויןצווישן שוין און נאָךוואָרצלען – צווייגן, קרויןנאָך און נאָך
און שוין.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 27, 2016 18:51

קומען וועט ער






קומען וועט ער, קומען וועט עראין א בייזער שעה א שפּעטעראון וועט נעמען זיך ריינוואַשןאויסטאָן קיטל און קאַמאַשן.
און די שוואַרצקייט וועט אַראָפּ – די חושך־פאַרב אים פונעם קאָפּ.און די באָרד אינגאַנצן גרוי וועטווערן ווידער און די רויערדשטומען וועט אין זיינע אויגן –ביים גרויסן אָדלער שטיל געבויגן...
'עט־ער־זיך שלאָגן דאַן על־חטאאון ניט ווערן דערפון פעט...נאָר קיין קריוודעס ניט דערמאָן איםרק אַ שמייכל טו אין פּנים.ניט קיין קרומען, ניט קיין בייזן – אַ רחמנות אויף דעם קיסר.
פאָרט אַ ריז, הגם געפאַלן...זיי בלויז גוטסקייט אים מגלה.זיי אים מוחל זיין פאַרשייטקייטזיין פאַרראַט וואָס שטעכט ווי מעסערכ'לעבן ס'איז בפירוש בעסערניט דערשטיקן דיין געטרייקייט –
אַז די גאַל פון שעה פון שפּעטערווערן זאָל דער זיסער האָניגוואָס פאַרוואַנדלט די געשפּעטןאין גוט־ברודערשן געלעכטער –
לעבן זאָל דער אַלטער קיאָניג!






 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 27, 2016 18:44

שורש פון ליבע



דער שורש פון ליבעווי טיף ער צעוואַקסט זיךאונטער דער ערדבעת די צווייגן ווי אַקסלצעשפרייטן זיך מעכטיקאון לייכטזיניק שוועראון דער פלאַקער פול זאַפט אין די רייף גרינע בלעטערזייער פרייד, זייער האַפטביז זיי פאַלן אַוועקעטביז זיי גרייכן צוריקאַלץ נענטער און נענטערצום שורש פון ליבעפון שפּעטער


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 27, 2016 17:39

שורש פון לידע



דער שורש פון ליבעווי טיף ער צעוואַקסט זיךאונטער דער ערדבעת די צווייגן ווי אַקסלצעשפרייטן זיך מעכטיקאון לייכטזיניק שוועראון דער פלאַקער פול זאַפט אין די רייף גרינע בלעטערזייער פרייד, זייער האַפטביז זיי פאַלן אַוועקעטביז זיי גרייכן צוריקאַלץ נענטער און נענטערצום שורש פון ליבעפון שפּעטער


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 27, 2016 17:39

וועלוולען





באריס קארלאווNovember 23 at 12:05pm · Bloomington ·

עס וועבט זיך ווייטער די שלשלת –אָט טראָכי גיך און אָט  – פּאַמעלעך. טאָ לאָמיר נעמען אַ גראַם סטאָ! – אי פאַרן טלית בתכלית תכלת,
אי פאר דעם דיד וואָס האַלט אונדז דאָ  –אַז אויך דער יאוש פון קהלתזאָל זיך באַפליגלען אַלקאָהאָלישזיך לאָזן אין אַ לוסטיק טענצל
און ניכטער שיכורלעך באַפרייטמער ניט פאראומערט מעלאַנכאָלישאַלץ ווייטער שפּינען יענעם קרענצלוואו ס׳ווערן איינס: סיי פרייד, סיי צייט!


CommentShare1313 Isaac Apsel, Nahum Kotikov and 11 others

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 27, 2016 17:23

November 26, 2016

אן אלט ליד פון 1996 גענוי מיט 20 יאר צוריק

יש אנשים עםלב של אבן ואבנים עם לב אדם

געזען האָב איך היימישע שטיבלעך,וואָס שטראַלן מיט אייביקער ליכט,זיי ווינקען און זינקען אין הימלעןמיט פרעכקייט, מיט פאָרכט און מיט פליכט.
ירושלים של מטה – דעם הימל'ס אַלוועלטלעכער דנאָ,צו דיר קום איך ווידער צו לאַטעןמיין וואָר מיטן פלאַם פון דיין בלאָ.
פון הויפן פון דיינע און גערטנער,דורך טומל פון שלאָפלאָזן קאָךדערשפּיר איך דעם קריץ פון פאַרשעלטער,וואָס פאַרשוועכן דיין ברכהמיט בראָך.
ירושלים של ביימער – וואו ס'רייסט זיך דאָס גרעזל דורך שטיין;די אָפענע שטאָט, די געהיימע – וואו האַרציק־ווייך זיינען די שטיינעראון הערצער אָפט האַרטער פון שטיין...
געזען האָב איך יידישע היימען,פאַרטרוימטאון דערשיטערט פון וויי...טאָ ווי זאָל דאָס האַרץ מער ניט וויינעןווען עס שפּאַלט זיך מיין היימשטאָטאויף צוויי?..

ירושלים, 1996


















אויף צוויי?..
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 26, 2016 15:48

November 16, 2016

King of Song



עס האָט געזאָגט דער האַר פון לידצום קעניג פון געזאַנג"איך בין שוין אויסגעמאַטערט, מידאון ס'לויפט אַוועק דער קלאַנג און פליטאַוועק אין לאַנד פון באַנג..."
דער קעניג האָט געזשומעט שטילאָן ווערטער און אָן צוואַנגאַ וואונק געטאָן צום האַר פון לידגלייך ער וואָלט זאָגן "דו -- ביסט מיד  --צו פּראַווען ווערטער פאַנג?!"
דער האַר דאַן זעצט זיך אויפן דילגלייך ער וואָלט שטיין זיין קראַנקאון זאָגט "עס האַלט שוין שמאָל די שפיל,נאָר לידלען וועל איך פאָרט, דער ציל  --דערזינגען הויך מיין דאַנק"
"נישטאָ פאַרוואָס" דער קיניג זאָגט"אַבי דו האָסט דעם דראַנג"...און ס'האָט דעם האַר פיל מי געקאָסטדאָך האָט ער אות באות מיט מאָספאַרוועבט אין עכטן קלאַנג.
פאַרוועבט אין עכטן קלאַנג.


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 16, 2016 14:38

November 2, 2016

האורח -- "דער גאסט" אין דער איבערזעצונג אויף העברעאיש פון יצחק אַפְּסֶל




פִּתְאֺם לְבִקּוּר בָּא דְּרָקוֹן יְרַקְרָק.
הִצַּעְתִּי כִּבּוּד, "אֲנִי צָם" הוּא צָחַק.
הִצַּעְתִּי כּוֹסִית לוֹ, הִצַּעְתִּי לוֹ שְׁתַּיִּם,
אָמַר לִי: "תִּשְׁמַע, לֺא נוֹגֵעַ בְּיַיִן".
אָז לְמָה מִתְאַוֶּה אוֹרְחִי הַיְּרַקְרַק?
לְשִׁירִים חֲדָשִים מִתְאַוֶּה, אַךְ וְרַק.
אָז אָמַרְתִּי לוֹ: "אָנָא, מִמְּךָ בְּמָטוּתָא,
אֱסֺף אֲבָרֶיךָ וְשֵׁב בְּנִיחוּתָא,
חַדֵּד אִת אָזִנֶיךָ, הַקְשֵׁב וְהַפְנֵם".
עַל הָרִצְפָּה אָז מִיָּד הִתְמַקֵּם,
וְהֵחֵל לְהַקְשִׁיב בְּעֵינַיִם קְרוּעוֹת
עַל פָּרָה אֲשֶׁר פַּעַם מֵעַל לַגָּגוֹת
עוֹפְפָה מְבַקֶּשֶׁת עֶגְלָתָהּ הַתּוֹעָה,
נִדְמֵית מִמֶּרְחָק לִסְנוּנִית שֶׁדּוֹאָה...
שָׁמַע אֶת הַכֺּל, וְנָעַץ בִּי מַבָּט
הַדְּרָקוֹן הַיְּרַקְרָק - כְּבָר מַמָּש מְיֻדָּד –
וְנִגְלָה מֵעֵינָיו לִי, שֶׁמִּמֶּנִּי לֺא מָשׁוּ,
שֶׁהַשִּׁיר הַמְּיֻתָּם עוֹד שָׁוֶה יִהְיֶה מַשֶּׁהוּ.
תרגם לעברית: יצחק אַפְּסֶל


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 02, 2016 21:38

October 31, 2016

דער גאסט

 -

אַ גרינער דראַקאָן איז געקומען צו גאַסט –  געוואָלט אים מכבד זיין. זאָגט ער: ער פאַסט.
געוואָלט אים פירלייגן אַ גלעזעלע משקה, זאָגט ער: ער רירט גאָרניט אָן קיין ריומאַשקע.
טאָ וואָס זשע פאַרלאַנגט דער גאַסט אָ־דער גרינער? גאָרניט, אַכיבע אַ פּאָר נייע לידער!
האָב איך אים געזאָגט: זעצט אייך אַנידער, לייגט אייך צונויפעט די גרין ברייטע גלידער
און מאַכט גלייך אַן אויער און הערט צו מיט קאָפּ. האָט ער זיך געזעצט אויפן דיל דאַן אַראָפּ
און גענומען מיך הערן מיט ברייט אָפענע אויגן: ווי אַ קו איבער דעכער אַמאָל איז געפלויגן
זוכנדיק אירס א פאַרבלאָנדזשעטן קעלבל, זעענדיק אויס פון דער ווייט ווי אַ שוועלבל...
אויסגעהאָרכט אַלץ קוקט ער מיך אָן – דער היימיש געוואָרענער גרינער דראַקאָן
און כ'האָב דאַן דערזען ביי אים אין די אויגן, אַז דאָס עלנטע ליד וועט נאָכאַלעמען טויגן



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 31, 2016 14:20