Dov-Ber Kerler's Blog, page 11

March 8, 2017

Lord of Song דער האַר פון ליד




ווערטער: באָריס קאַרלאָוו
מוזיק און געזאַנג: לאַריסאַ פּריוואַלסקי

דער האַר פון ליד

עס האָט געזאָגט דער האַר פון ליד
צום קעניג פון געזאַנג
"איך בין שוין אויסגעמאַטערט, מיד
און ס'לויפט אַוועק דער קלאַנג און פליט
"...אַוועק אין לאַנד פון באַנג

דער קעניג האָט געזשומעט שטיל
אָן ווערטער און אָן צוואַנג
אַ וואונק געטאָן צום האַר פון ליד
– גלײַך ער וואָלט זאָגן "דו – ביסט מיד"?!צו פּראַווען ווערטער פאַנג

דער האַר דאַן זעצט זיך אויפן דיל
גלײַך ער וואָלט שטיין זיין קראַנק
,און זאָגט "עס האַלט שוין שמאָל די שפּיל
– נאָר לידלען וועל איך פאָרט, דער ציל"...דערזינגען הויך מײַן דאַנק

,נישטאָ פאַרוואָס" דער קעניג זאָגט"
"...אַבי דו האָסט דעם דראַנג"און ס'האָט דעם האַר פיל מי געקאָסט
דאָך האָט ער אות באות מיט מאָס
.פאַרוועבט אין עכטן קלאַנג

פאַרוועבט אין עכטן קלאַנג.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on March 08, 2017 17:27

February 27, 2017

אַ צווײַגל בעז




Vous créez un frisson nouveau.
Lettre à Charles Baudelaire de Victor Hugo, 1859.


זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן
האַלט בעסער אויס דעם פאַסאָן
דעם אַלטן
זאָל דער מוח אפילו זיך שפּאַלטן
זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן.
דו זע רק וואָס דו קאָנסט טאָן
מיט דעם גוטן סקאַרבאָווען טאָן.
דערהאַלט אים
אויף־צו־להכעיס דעם ווינטער דעם קאַלטן,
זע וואָס דערמיט דו קאָנסט טאָן.
קלײַב ניט קיין בלומען פון בייזס
מערניט אַ צווײַגעלע בעז
דעם ווײַסן
דו פאָרזיכטיק טו זיך אָפּרײַסן,
שטאָטס כאָווען בלומען פון בייזס.
און טאָמער שטעלט אָפּ זיך די צײַט,
פאַרנעפּלט ווערט אַלץ אין דער ווײַט,
פאַריתומט  
טו באַגריסן דעם אורח וואָס קאָסיעט
ווען פּלוצים שטעלט אָפּ זיך די צײַט.
און באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג...
דאָס פויגל פאַרלאָזט באַלד די שטײַג
די ליבע
בעת דאָס צווײַגל בעז שעפּטשעט אַריבער:
דו באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַגTop of Form



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 27, 2017 22:32

На севере диком Ein Fichtenbaum steht
















פאַרבענקטע עס שטייט אין דער ווײַטן אַ ווערבע.
זי טרוימט נאָך אַ פײַגנבוים ממעמקים.
ער האָט צוגעזאָגט אַזש פון דרייסיק־נײַן ערדן
איר ברענגען אויסלייזונג פון ווײַטע מרחקים.
דער פײַגנבוים שטייט אַ פארחושכט פאַרקלערטער:
"רבונו־של־עולם פאַרוואָס אַזאַ מכה?
פאַרוואָס זשע די וועלט אַזאַ איבערגעקערטע
 די נידער אין חושך, אין דער הייך – דממה דקה?"
ס׳אַ לידל אַן אַלטינקס, פון לאַנג אויסגעזונגען,
נאָר צאַפּלדיק פריש איז דער ווערבעס אַ ציטער,
איר יעטווידער שאָרך פון דער שטילקייט פאַרשלונגען,
דעם פײַגנבוימס טרער איז איר ווײַט־ווײַטער היטער.




 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 27, 2017 22:05

February 25, 2017

דעם רעגן לכבוד





אַ וואָלקן אַ גרויער האָט פאַרלוירן זיין הימלאון קוקט אַלץ אַראָפּ און זוכט אַלץ דאָס בלימל,וואָס האָט גריסנדיק וואַרעם און ליכטיק מיט שמייכלגעטראָפן אין האַרץ אים דאָרט טיף אין די הייכן.
ער קוקט אַלץ אַראָפּעט אויף לאָנקעס אויף גרינענאָר קאָן בשום־אופן ניט געפינען דאָס בלימל..."וואו ביסטו, וואו ביסטו" – עס ווייען די ווינטן,פאַרטראָגן דעם וואָלקן אַרויף און אַהינטער.
"וואו בין איך, וואו בין איך" – ענטפערט דער וואָלקן"איך בין אָן דעם בלימעלעס שמייכל פאַרשאָלטן,פאַרפאַלן, פאַרשטויסן, פון בענקשאַפט טו קוואַרן,פון גרוי־ווייסן וואָלקן ווער איך אַ כמאַרע."
און עס נעמען זיך רינען פון אים הייסע טרערןאַז דעם בלימלס געשמייכל זאָל מונטערער ווערן.






 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 25, 2017 18:12

February 23, 2017

די לידער




די לידער
וועגן ליבע, וועגן לעבן, וועגן לידער

זיי אַלע
קלינגען און קלינגען און קלינגעןדי קלאַנגען פון זייערע ליפן
הילכן, און זינגען
אַבי נאָר ניט כליפּען
וועגן ליבע, לעבן און לידעראון אויגן און אויערן
קלייבן און קלייבן און קלייבן
צונויפעט די קלאַנגען
אין זייערן עכאָאויף אַ רגע
פאַרצויבערט
געפאַנגעןגעפנאַגען ניט מער --
אויף אַ רגע
און באַלד זיך קערנדיק ווידערפאַרגעסן גלייך אַלץ
איבער טעגלעכן פיבערפאַרטאָן און פאַרליאַפּעט
מיט לייב און מיט האַרץ --
אין ליבע,
אין לעבן,
אין לידער
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 23, 2017 19:45

February 22, 2017

ס'איז ווידער שפּעט




ס'איז ווידער שפּעטנאָר ניט פאַרשפּעטיקטדער טרוים די צערטלעכע עסטעטיק
ר'וויל גובר זייןאי צייט,אי רוים..צו אַל די רוחות – די פּאַטעטיק!
עס הילכט די צערטלעכעפּאָעטיק:ס'איז שפּעטלעךנאָר נאָך ניט פאַרשפּעטיקטאיך שטוין


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 22, 2017 19:14

יאָיק



יאָיק
זינג זשע דיין יאָיקפון ברייטע, פאַרשנייטערוימען און צייטןגעכאָוועט אין ווייסקייטדעם נעכטנס געווייןוואָס איז דאָאיק און רוי
זינג זשע דיין יאָיקפון ווינטן וואָס ווייעןפּאַזע אייזבערגלעךמיט שנייאיקע קרוינעןדערמאָן אויך דעם טרויםדעם צאַפּל פון פרוי
זינג זשע דיין יאָיקפון אָפּגאַנג דעם לאַנגןפון נאַכטישן גלות...פרעסט דער וואָלף אויפעטדעם צאַרט שטאָלצן הירשאון דעם שניי בלוט באַטויט
זינג אויס דיין יאָיק



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 22, 2017 18:42

February 21, 2017

אָפּגעריסן בלעטל




ווען ניט דיין קולמיט דיין געלעכטעראינעם טרייבלוואָלט אומגעהייער שווערגעווען פון דיראַזוי דערווייטיקטבלייבן
אַ בלעטלפון איר צווייגל אָפּגעריסןקאָן פאָרט פון אַזאַ ראָסקאָשניט געניסן –
אָן האָפענונג אַ ברעקלצו דערהערןאיר צווייגלס לויטער קולדעם עכטןאיר האַרציק נאָענטן געלכטער

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 21, 2017 20:41

February 18, 2017

לייענענדיק וועלוולס לידער




דאָס האַרץ – הָאָרץ
הלב – דער לייב
דאָס בלוט איז בולט רויט
האדמה
איז אונדזערערד
לחיים ביזצום טויט.
באשר באַשערטקייט –
ליכטאיזקלאָר;
בעתקיל ווערט קל–
ויהיאור!
אַזדורךאיזשווער
גאָראָןאַןערך–
נעםשברידרך
מיטזיךמיט.
 יהודי– ייד
טאָרניטזייןמיד:
הָאָרץ– האַרץ
הלב– דערלייב
אפילווועןדוקאָנסטניט–
גלייב,
לעבן– ליָד
אַליד
15טן פעברואר 2015
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 18, 2017 06:53

February 17, 2017

אן אנדערער זאל זינגען פרומע לידער






אַן אַנדערער זאָל זינגען פרומע לידער
און לויבן דעם באַשעפער אָן אַ שיעור
דו, זינג ווי פרייער פויגל קידער־ווידער
אַ ליד וואָס לאָזט זיך פליסן ווי אַ שיר
ניט איילזיך איבערשאַלןדי טרומייטן
זאָלן זייהילכן שטאַרקאון ווייטאון ברייט
דו, טודיין גאַנגדעם אייגענעםבאַגלייטן
מיט שטילערהאַרץ־נגינה פוןדער פלייט
און וועןעס דאַכטצו־מאָל: ניטאויסגעפידלט...
געפעלשט, ציוואָס? פאַרמאַכןצייט דיקלייט!..י
וועט אייבערשטעראַליין דירשענקען ניגון
צונויפצופּאָרן ווייטאָגןמיט פרייד
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 17, 2017 17:53