דעם רעגן לכבוד





אַ וואָלקן אַ גרויער האָט פאַרלוירן זיין הימלאון קוקט אַלץ אַראָפּ און זוכט אַלץ דאָס בלימל,וואָס האָט גריסנדיק וואַרעם און ליכטיק מיט שמייכלגעטראָפן אין האַרץ אים דאָרט טיף אין די הייכן.
ער קוקט אַלץ אַראָפּעט אויף לאָנקעס אויף גרינענאָר קאָן בשום־אופן ניט געפינען דאָס בלימל..."וואו ביסטו, וואו ביסטו" – עס ווייען די ווינטן,פאַרטראָגן דעם וואָלקן אַרויף און אַהינטער.
"וואו בין איך, וואו בין איך" – ענטפערט דער וואָלקן"איך בין אָן דעם בלימעלעס שמייכל פאַרשאָלטן,פאַרפאַלן, פאַרשטויסן, פון בענקשאַפט טו קוואַרן,פון גרוי־ווייסן וואָלקן ווער איך אַ כמאַרע."
און עס נעמען זיך רינען פון אים הייסע טרערןאַז דעם בלימלס געשמייכל זאָל מונטערער ווערן.






 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 25, 2017 18:12
No comments have been added yet.