Dov-Ber Kerler's Blog, page 7
August 30, 2017
מעשה ווערליבר
באריס קארלאוו · August 15 at 2:36pm ·
כאָטש דער גראַם איז מיר פיל ליבער
מוז מען דאָך אַמאָל
רעדן אויך מעשה ווערליבר
דײַטלעך אויף אַ קול
וועט די וועלט – איר גלי, איר פיבער –
אויסגעפינען פאָרט
אַז מיט קלאָר גערעדטע לידער
אומגראַם אויך זיך פּאָרט
נאָר דערווײַל, דערווײַל, דערווײַלע
פאַלט דיר אויס די קאָרט
זיך צו האלטן אין דער מעלה
פון איבערקלאַנג צום וואָרט
Like Regine Bloch-Fiderer, Vered Kopel and 9 others1 share
        Published on August 30, 2017 19:12
    
איך בין... (פון "שפיגל-כתב", ירושלים, תשנ"ו / 1969, ז. 65) י
        Published on August 30, 2017 19:07
    
August 24, 2017
סאָנעט
      דו שרײַבסט פאַר די, וואָס זײַנען דאָ מיט דיר,
וואָס וואַרטן צו דערזען אַ גראַם אַ פרישן
ווי מ׳קוקט זיך אײַן אין גלאַנץ פון די אַפישן
אין שטאָט גערויש און אין געשוים פון בירדער שוים פאַרגייט, אַפישן ווערן אַלט,
נאָר ס׳ווערט ניט עלטער דער געברום פון רצון
אַז אויך דער סאַמע אומדערוואַרטסטער גראַם
זײַן אָנקום זאָל זײַן לעבעדיק געראָטןדו זינגסט צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט
בפרט ווען זי גראָד מאַכט זיך כּלא־ידע
פאַרבײַט געזאַנג מיט שרײַענדיקער מאָדע
און דאָך האָסט דופק אירן ניט פאַרפעלטטאָ זאָג און זינג בעת זאַפּסט אין זיך אַרײַן
דער וועלטס קאַפּריז, דעם עולמס ביסל שײַן
LikeShow more reactionsCommentShare 9Валерий Дымшиц, Privalskaya Larisa and 7 othersComments Валерий Дымшиц Реб Шекспир!See TranslationLikeShow more reactions · Reply · 6 hrsManage
Валерий Дымшиц Реб Шекспир!See TranslationLikeShow more reactions · Reply · 6 hrsManage
   באריס קארלאוו I blush and William pales
באריס קארלאוו I blush and William pales  ;)LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrsManage
;)LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrsManage
   באריס קארלאווא דאנק פון אונדז ביידן, אבי אין פריידן, אויף לאנגע יאר -- פון דור צו דור!LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrs
באריס קארלאווא דאנק פון אונדז ביידן, אבי אין פריידן, אויף לאנגע יאר -- פון דור צו דור!LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrs
  
    וואָס וואַרטן צו דערזען אַ גראַם אַ פרישן
ווי מ׳קוקט זיך אײַן אין גלאַנץ פון די אַפישן
אין שטאָט גערויש און אין געשוים פון בירדער שוים פאַרגייט, אַפישן ווערן אַלט,
נאָר ס׳ווערט ניט עלטער דער געברום פון רצון
אַז אויך דער סאַמע אומדערוואַרטסטער גראַם
זײַן אָנקום זאָל זײַן לעבעדיק געראָטןדו זינגסט צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט
בפרט ווען זי גראָד מאַכט זיך כּלא־ידע
פאַרבײַט געזאַנג מיט שרײַענדיקער מאָדע
און דאָך האָסט דופק אירן ניט פאַרפעלטטאָ זאָג און זינג בעת זאַפּסט אין זיך אַרײַן
דער וועלטס קאַפּריז, דעם עולמס ביסל שײַן
LikeShow more reactionsCommentShare 9Валерий Дымшиц, Privalskaya Larisa and 7 othersComments
 Валерий Дымшиц Реб Шекспир!See TranslationLikeShow more reactions · Reply · 6 hrsManage
Валерий Дымшиц Реб Шекспир!See TranslationLikeShow more reactions · Reply · 6 hrsManage
   באריס קארלאוו I blush and William pales
באריס קארלאוו I blush and William pales  ;)LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrsManage
;)LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrsManage
   באריס קארלאווא דאנק פון אונדז ביידן, אבי אין פריידן, אויף לאנגע יאר -- פון דור צו דור!LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrs
באריס קארלאווא דאנק פון אונדז ביידן, אבי אין פריידן, אויף לאנגע יאר -- פון דור צו דור!LikeShow more reactions · Reply · 1 · 6 hrs
  
        Published on August 24, 2017 17:13
    
August 7, 2017
אויף דער פולער וואך
באריס קארלאוו · August 5 at 9:57pm ·
checkmark caution-solid קלאָר: די וועלט כ'וועל ניט דערגאַנצןסײַדן, אפשר, דאָך?.. — כ'וועל איר ניגונדל דערטאַנצןאויף דער פולער וואָך...
זאָל די וואָך מיט נײַע זאָרגןפליסן פראַנק און פרײַיעדער פּאַ וואָס כ'טו איר באָרגןאיז פאַרוואָר כדאי
יעדער זשעסט און יעדע תנועה — זי זאָל פליען פלינקאין איר לויפן ס'זאָל ניט רועןאייביק דער באַדינג:
אַז צום סוף פון אַלע סופןקומען זאָל אויפסנײַפיבער שטראָם פון נײַע סטראָפן — ס'לעבן איז כדאי!
ווײַל אין אָנהייב איז דער תכלית,ניט אין סוף, מײַן פרײַנד:נעכטן, מאָרגן זיך סך־הכלעןאין דעם גרויסן הײַנט.
קלאָר די וועלט וועסט ניט דערגאַנצן,סײַדן, אפשר, דאָך?.. — דו מוזסט איר ניגונדל אויסטאַנצןאויף דער פולער וואָך. See More
Show more reactions24 Alexey Geleyn, Yakov Schweizer and 22 others1 shareCommentShare
        Published on August 07, 2017 13:30
    
ווילניוס
August 1 at 12:09am ·ווילניוס איז היינט אַ ריינע שטאָט די ווענט — אין בונטע פאַרבן
נאָר טויב עס קלינגט דאָ אָפּ דיין טראָט
און איבער אים פאַרצויבערט דראָט
דער אומזין אַז טוסט שוידער פאָרט...
אויף ווילנער געסלעך אַרבן
צעשויבערט אויפן ווינט די באָרד,
דאָך רעדסט ניט אויסעט יעניק וואָרט
וואָס דריקט דיר שאַרף אין שאַרבן
ווײַל אויך דעם לעבנס קאָך און יאָך
סײַ לייד, סײַ פרייד, מיט עפּעס נאָך —
דו ירשנסט ווי די סוואַרבעCommentShare2020 Regine Bloch-Fiderer, Solomon Sam and 18 others
        Published on August 07, 2017 13:08
    
אז איך וועל אויסוואקסן א בוים
        Published on August 07, 2017 12:57
    
July 8, 2017
...שוין צו שפּעט צו שלאָפן
      *
שוין צו שפּעט צו שלאָפן,
כאַפּ זיך, בעסער, אויף,
נעם שרײַב־אויף די סטראָפן,
דײַן ליבער מוזעס רוף:
"יעדער אַטאָם אָטעמט,
יעדער שפּאַן זיך שפּינט
צווישן שײַן און שאָטן,
צווישן בלום און בין.
כאַפּ זשע אויף זיך, ליבער,
מונטער שטעל זיך אויף
ווערטער ווערן לידער,
נשמהדיק – דער גוף."
נאָר ווי זשע זאָל איך, ליבע,
זיך אָפּטרייסלען פון שלאָף
קומסט דאָך דאָרט אַריבער
צו חלום און צום סטראָף?
אין פיבער פון מײַן בענקשאַפט,
אין טרוים פון מײַן געזאַנג
איז וואָר אַליין צו ענג שוין
צו לעשן דעם פאַרלאַנג –
צו זײַן מיט דיר אינאיינעם,
מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר,
בעת ווײַטקייטן צעשיידן
אונדז ביידן אָן אַ שיעור.
"גענוג, גענוג שוין שלאָפן",
די מוזע רוימט מיר אײַן,
גוטהאַרציק טוט זי האָפן
אַז כ'וועל אַ מענטש נאָך זײַן. Show more reactionsCommentShare55 Michael Dunajevský, Kinnor David and 3 others
    
        Published on July 08, 2017 13:12
    
פיר צײַטן פון אַ גאַנץ יאָר
      *
· July 6 at 10:22am ·ס'טוט דער פרילינג אַלץ זיך בעטן
ביז אין ווינטער נעכט אין שפּעטע
״וועלט און וואַלד, רק ניט פאַרגעסט מיך —
ס'איז ניט סתם וואָס כ'הייס אויך – וועסנע!..״
און דער לאַנגער, כמורנער אָסיען —
רײַסט אַראָפּ אַלץ, דרעשעט, קאָסיעט
ניט אומזיסט מ'רופט אים אויך — האַרבסט,
ער זאָגט דעם ווינטער: ״אויך דו שטאַרבסט!״
און דער שטרענגער, שאַרפער ווינטער
ווייסט שוין ניט וואו ר'זאָל אַהינטער
צי פון וואַנעט ר'זאָל אַרויסעט,
ווײַל ער האָט מער ניט קיין עתיד.
שיקט ער ליבע־בריוו דעם זומער,
נאָר פון היץ ווערט יענער — שטומער —
ביז די פייגל בויען נעסטן
לשם וועסנע, לשם וועסנע...
Show more reactionsCommentShare718 Privalskaya Larisa, טבי שקלאווער and 6 others
  
        Published on July 08, 2017 13:08
    
אלץ טוט שלאפן
      *
באריס קארלאוו · July 1 at 1:47pm ·
checkmark caution-solid אַלץ טוט שלאָפן – דאָרף און וועלדל
ביימער שלאָפן שטילערהייט,
פייגל, חיות, קינד־און־קייט –
טיף אין שלאָף דאָס גאַנצע וועלטל
בלויז דאָס טײַכל שלאָפט ניט אײַן...
אין לבנהדיקער שײַן.
צו זיי אַלע – דאָרף און וועלדל,
פייגל, חיות, קינד־און־קייט –
קומט אַ חלום מלא־פרייד,
שטיל פאַרכּישופט ס'גאַנצע וועלטל...
בלויז דאָס טײַכל פליסט פאַרבײַ
אונטער שטערן פראַנק־און־פרײַ.
טײַכל, טײַכל, זאָג פאַרוואָס זשע
איז דיר שלאָפן אַזוי קשה,
אַלץ אַרום איז שאַ און שטיל
אײַנגעהילט אין חלומס דרשה
און בלויז דו, פאַרוואָס, פאַרוואָס זשע
בלײַבסט מחוץ דעם דרעמל־שפּיל?
ענטפערט עס: ווי קאָן איך שלאָפן
אַז עס שלאָפט ניט מענטשנס וואָפן
גרייט צו פּלאָדיען גוואַלד און מאָרד?
כ'ווייס די וועלט כ'וועל ניט אויסהיטן,
נאָר ווי ס'שטייט בײַ העראַקליטן –
כ'טאָר ניט אײַנשטיין אויפן אָרט.
Show more reactionsCommentShare819 טבי שקלאווער, Nahum Kotikov and 7 others
    
        Published on July 08, 2017 13:05
    
שוין צוויי, דרײַ שעה זינט איך האָב דיר געשריבן
      *
באריס קארלאוו · June 30 at 3:56pm ·
שוין צוויי, דרײַ שעה זינט איך האָב דיר געשריבן,דיר ניט געשענקט קיין איינציק וואָרט,
נאָר ניט פאַרפעלט קיין רגע, ניט פאַרשוויגןדײַן קול וואָס מיט מײַן גליק ז׳צונויפגעפּאָרט,.
זײַן לעבעדיקן אָפּהילך טיף אין האַרצן,זײַן רייצנדיקן רוף ״טאָ וואָס זשע וואַרטסטו!״
איז שרײַב איך איצט כּדי צונויפצוגראַמעןאַליינקייט אונדזערע מיט ליכטיקן צוזאַמען
Show more reactionsCommentShare10111 Privalskaya Larisa, Nikki Olniänsky and 9 others
  
        Published on July 08, 2017 13:01