Dov-Ber Kerler's Blog, page 4
May 5, 2018
לידער, ווערטער. מעשים
-
עס זענען דאָ לידערוואָס קומען אין דרייעןאון גלייך דיך פאַרדרייעןמאז ועד־היוםאין ווירבל פון צייטןאין אומרו פון באנקשאַפטזיי זאָגן אַז אַלץ וואָס 'עט זייןאיז געווען שוין
עס זענען דאָ ווערטערוואָס מאָנען און נאָגןכאַפּן ביים גאָרגלאון אויפריכטיק זאָגןאַז אַלץ וואָס געווען שוין'עט נאָך איינעם פרימאָרגןבאַווייזן זיך ווידעראין וועלטישן גאָרטן
עס זענען פאַראַנעןאַזעלעכע מעשיםוואָס זין און געדאַנקזיי כלומרשט צעשמייסןנאָר ס'געזאַנג טוט דאָך ווידעראויפשטיין תחית־המתיםס'געזאַנג פון אַמאָליקעשעפער קונדייסים
 
        Published on May 05, 2018 13:32
    
May 2, 2018
אויף ירושלמער געסעלעך
      -
באריס קארלאווJanuary 19 · אויף די ירושלמער געסלעך
היינט פרי בייטאָג
געפונען כ'האָב
אויף פאַרגעלטע געסלעך
דעם נעכטיקן טאָג
וואָס דויערט גאָר
גאָר־גאָר
אומפאַרגעסלעך
אויפן גרינעם פּנים
פונעם אַלטן יידן
לאָזן זיך דערקאָנען
נעכטיקע יאַרידן
און – אַ וואונדער
אַז אויך היינט
– זידן זיי און רוישן
קינד־און־קייט
מיט יידענעס
וואָס טראָגן זיך מיט קוישן
און אַ טוץ בחורימלעך
קאַפּאָטעס, בערד און פאות
מראה־שחורה ליכטיקע
פאַרהיט קוים פון הפקרות
די פאַרגעלטע געסעלעך
איך בלעטער זיי
און בלעטער
און דער טאָג
דער נעכטיקער
אויך היינט
זיך ווייטער קלעטערט
איבער גוואַלדאון איבער צייט
צווישן ווענטאון צווישן לייט
אָט אַזוי געפונען כ'האָב
דעם אַלטן, טערפּקען
וואונדער־גאָב
דעם וואַנדער־גאָב
וואָס בלייבטSunday, February 20, 2005

Pause-0:25Additional Visual SettingsEnter Watch And ScrollClick to enlargeUnmute
99 Views
         
LikeCommentShare 9Regine Bloch-Fiderer, Nahum Kotikov and 7 others1 ShareComments
Write a comment...
    
        Published on May 02, 2018 16:44
    
May 1, 2018
דריי לידער פון לעבן אָן טויט
 .
.דריי לידער פון לעבן אָן טויט
א.
ס'איז דאָ אַזאַ מין וואָרטוואָס מע באַגרייפט עס קוים,וואָס רירט אַלץ אָפּ פון אָרט פאַרפלייצט דעם רוים מיט שוים.
אַ וואָרט וואָס ווייניק ווער באַנעמט איר זין און טייטש. אַ וואָרט וואָס צערטלט מילד, אַ וואָרט וואָס שמייסט ווי בייטש.
כ'געפין פאַר זיך קיין אָרט און פּרואוו דערגיין דעם טעם פון אָט־דעם זיסן וואָרט – מיט ליידנשאַפט זיך גראַמט.
אַ וואָרט וואָס ביז צום סוףטוט וועבן דיין געזאַנג אפילו ווען דערויף קלעקט שוין ניט קיין פאַרלאַנג.
דאָס סאַמע ריינעסטע וואָרט וואָס לינדערט גרעסטן וויי – צוויי טראַפן און ס'ווערט וואָר:דאָס רעדעלע זיך דרייט
דאָס וואָרט איז פּראָסט און קלאר: צעווישן שטיין און בייןביים אייביקן קאַיאָר – ס'איז "ליבע" מלא־חן.
ב.
וואָס ז'געווען איז געווען וואָס וועט זיין וועט אַוועק בלייבן וועלן די ווערעם אין דער זיסקייט פון כריין
און אפילו ווען פּאָרעך וועט ווערן פון שטיין ס'עט פאַרבלייבן און בלייבןאין האַרצן פון וועלט –
די אור־יונגשאַפט די העלעפון דער חרובער היים ס'וועט ניט קלעקן קיין שטומקייט און קיין ביטער געוויין
און פאַרגעסעניש וועט ניט צעפרעסן ביז ביין ווייל נאָך אַלע דראַקאָנען נאָך דער עלנטקייט אַליין
וועט די שטים פון מיליאָנען סיי צו גרויס ווי צו קליין זיך דערברעכן, דערשלאָגן כלומרשט געהיים
און זיי וועלן אַ שטראַל טאָן אַ זינג טאָן מיט ברען: מיר האָרכן, דערהערן – מיר קערן אהיים!
ג.
איך מאַך זיך ניט וויסנדיקווייל עפּעס־וואָס ווייס איךדי טרערן וואָס גיסן זיךאיז אַ ביטערער עסק
איך מאַך זיך קוים וואַכעדיקדורך פאַרזשמורעטע אויגןדאָס לעבן טוט וואָכעדיקסיי שטראָמען, סיי טויגן
איך מאַך זיך צעשליסנדיקפאַר ביימער און מאָכןווייל אַלץ וואָס פאַרשלאָסן ווערטז'ניט ווערט דעם ביטחון
איך מאַך זיך דעהערעוודיקצו פייגלס געזאַנגעןאון ווייס ס'וועט אומקערן זיךדער זין צו די קלאַנגען
איך מאַך זיך ניט אומעטיקאון ניט איבעריק פריילעךנאָר כ'פריי זיך: סע שפּרודלט זיךדער מאז־ואילך
איך מאַך זיך ניט וויסנדיקווייל עפּעס־וואָס שפּיר איךאין שטראָמען וואָס פליסן זיךדעם אומזין פאַרליר איך
        Published on May 01, 2018 19:04
    
March 17, 2018
פאַרפרי
      פאַרפרי
. קום שפּעט ביינאַכט פון שטוב אַרויס ווען קיינער קערט ניט הערן און קוק זיך צו ווי אײַן, ווי אויס עס זשומען קלאָר די שטערן און ווען דערזען דו וועסט דעם זשום, וועסטו פאַר זיך געפינען דעם שאַ און שטיל פון שטערן־שפּיל, פון אייביקער נגינהל און ווען דער קלאָרער שטערן־טרעל וועט טרייסטן דיך ביז טרערן, וועסט דאַן דיין האַרץ ווי ס'האַרץ פון וועלט דערשפּירן און דערהערן. קום שפּעט ביינאַכט פון זיך אַרויס ווען קיינער קער ניט שטערן און האָרך זיך איין – וועלט־אײן, וועלט־אויס אין זשום פון זײן און ווערן

        Published on March 17, 2018 18:26
    
February 11, 2018
א פויגל פליט
      באריס קארלאווJanuary 19 at 3:24pm · 
  
 Pause-1:20Additional Visual SettingsEnter Watch And ScrollClick to enlargeUnmute41 ViewsLikeShow more reactionsCommentShare
  
5Nahum Kotikov, Uwe von Seltmann and 3 others

        Published on February 11, 2018 18:29
    
ווייכע ערד
      באריס קארלאווJanuary 14 at 5:30pm · 
  
ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָלדערזען דיין שמייכלדי וועלט ז׳געוואָרן וואַרעמעראון ווייכערגעוואָרן מיר אונטער די פיס די ערדווען כ׳האָב צום ערשטן מאָלדיין ליבן קול דערהערט
LikeShow more reactionsCommentShare 24ישראל גורליק, Isak Thomas Gerson and 22 others
    
        Published on February 11, 2018 17:31
    
January 10, 2018
* * *
 באריס קארלאווDecember 14, 2017 at 12:32pm · Bloomington · 
  
להיפּוך צו זיין ליבהאָבער און שקלאַף,
באריס קארלאווDecember 14, 2017 at 12:32pm · Bloomington · 
  
להיפּוך צו זיין ליבהאָבער און שקלאַף,צו זיין מגושמדיקן דינער,
איז ער, מיין יידיש, כוואַטקע אויף אַ טראַף,
עלאַסטיש און גימנאַסטיש,
פול מיט קראַפט,
מיט האָניק פון דערפרייטע, זשוואַווע בינען.און טוסט צו־מאָל באוואונדערן פאַרגאַפט,
ווי לעבעדיק זיך ווייטער פעדים שפּינען
אף־על־פּי חנעוודיק פון ריינע שטיקלעך שפּראַך
צוריק צו גאַנצקייט, עלעגאַנצקייט,
פול מיט האַפט,
מיט האָניק־אויסדויער פון זשוואַווע בינען.LikeShow more reactionsCommentShare 5Беккер Дмитрий, טבי שקלאווער and 3 othersComments
 באריס קארלאוו https://www.youtube.com/watch?v=iRi2E7A-AXM&feature=youtu.beManage
באריס קארלאוו https://www.youtube.com/watch?v=iRi2E7A-AXM&feature=youtu.beManage
   A POEM IN YIDDISH באָריס קאַרלאָוו, "מיין יידיש" יYOUTUBE.COMLikeShow more reactions · Reply · Remove Preview · 3w
  
A POEM IN YIDDISH באָריס קאַרלאָוו, "מיין יידיש" יYOUTUBE.COMLikeShow more reactions · Reply · Remove Preview · 3w 
  
        Published on January 10, 2018 22:33
    
איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
באריס קארלאווDecember 22, 2017 at 7:33pm · איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואו דו וועסט זיין מיט מיר
וואו אַלץ וואָס ז'ניט געווען באַשערט
וועט זיין באַשערט אין אירמיר ביידע וועלן בענטשן זי
מיט אַלץ וואָס ברויזט און קוועלט
און איך וועל אייביקן מיט דיר
אויף יענער שיינער וועלטאיך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואו קומען כ׳וועל צו דיר
דו וועסט מיך גריסן אויפן שוועל,
און עפענען די טיראון וועסט מיר זאָגן: זע ווי שיין
די וועלט איז – יונג און ברייט
און איך וועל זאָגן: מלא חן –
מיט אונדז דאָ זאַלבעצווייטאיך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואָס נעמט אונדז אויף מיט ליכט
זי'ט ציכטיק אָפּווישן די טרער
וואָס טויכט אויף דיין געזיכטמיר וועלן גליקלעך בענטשן זי
מיט אַלץ וואָס זינגט און העלט
אין צווייען אייביקן אויף איר
אויף יענער שיינער וועלט
        Published on January 10, 2018 22:30
    
דער ווינטער
באריס קארלאווJanuary 2 at 5:21pm · Tel Aviv, Israel · דער ווינטער פון אונדזערע הערצער
געדענקט נאָך די זומערס די הייסע
ווען טעג זענען לענגער,
נעכט — קערצער,
די שעהען צעגלעקלט אויף שווייסן,ווען לידער ס׳האָט הייס
אויסגעשעפּטשעט
אַיעטווידע פרום דרייסטע תנועה —
אַ גלעט און אַ צערטל פאַרטשעפּעט
אין פרעכן באַגער פון אַ צנועה.דער ווינטער מעג זיין שאַרף און קעלטער
פון פרעסט וואָס פאַרפּענטיקן ברואים,
דאָך בלייבסטו נאָך אַלץ מיר די שענסטע,
די ליכטיקסטע וואָר ווי די שבועה —וואָס איך האָב אַמאָל דיר געשוואוירן
אַז פרעסט מוזן ווערן פאַרטיליקט,
אַז ס׳עט אונדז נאָך ברענגען דער בורא
די אָדליגע פון ערב פרילינג.LikeShow more reactionsCommentShare 19טבי שקלאווער, Michael Dunajevský and 17 othersComments

        Published on January 10, 2018 22:24
    
ס׳איז דאָ אַ סוד
January 7 at 3:20am · Jerusalem, Israel · ס׳איז דאָ אַ סוד
וואָס מ׳טאָר אים ניט
אַנטפּלעקן
אין אים זיך טרעפן
אַלע אָנהייבן און עקן —אַ שטילער סוד
וואָס ווייסט ניט פון קיין סוףאון וואויל איז דעם
וואָס אים דער סוד
טוט קלעקן
בעת וואַכקייטן
זיך ממש איבערפלעכטן
מיט רייפע טיפקייטן
פון שלאָף.LikeCommentShare 14Eli Safrin, Yochi Hoffer and 12 others1 ShareComments
 טבי שקלאווערManage
טבי שקלאווערManage
        Published on January 10, 2018 21:58