דריי לידער פון לעבן אָן טויט

.




דריי לידער פון לעבן אָן טויט

א.
ס'איז דאָ אַזאַ מין וואָרטוואָס מע באַגרייפט עס קוים,וואָס רירט אַלץ אָפּ פון אָרט פאַרפלייצט דעם רוים מיט שוים.
אַ וואָרט וואָס ווייניק ווער באַנעמט איר זין און טייטש. אַ וואָרט וואָס צערטלט מילד, אַ וואָרט וואָס שמייסט ווי בייטש.
כ'געפין פאַר זיך קיין אָרט און פּרואוו דערגיין דעם­ טעם פון אָט־דעם זיסן וואָרט – מיט ליידנשאַפט זיך גראַמט.
אַ וואָרט וואָס ביז צום סוףטוט וועבן דיין געזאַנג אפילו ווען דערויף קלעקט שוין ניט קיין פאַרלאַנג.
דאָס סאַמע ריינעסטע וואָרט וואָס לינדערט גרעסטן וויי – צוויי טראַפן און ס'ווערט וואָר:דאָס רעדעלע זיך דרייט
דאָס וואָרט איז פּראָסט און קלאר: צעווישן שטיין און בייןביים אייביקן קאַיאָר – ס'איז "ליבע" מלא־חן.


ב.
וואָס ז'געווען איז געווען וואָס וועט זיין וועט אַוועק בלייבן וועלן די ווערעם אין דער זיסקייט פון כריין
און אפילו ווען פּאָרעך וועט ווערן פון שטיין ס'עט פאַרבלייבן און בלייבןאין האַרצן פון וועלט –
די אור־יונגשאַפט די העלעפון דער חרובער היים ס'וועט ניט קלעקן קיין שטומקייט און קיין ביטער געוויין
און פאַרגעסעניש וועט ניט צעפרעסן ביז ביין ווייל נאָך אַלע דראַקאָנען נאָך דער עלנטקייט אַליין
וועט די שטים פון מיליאָנען סיי צו גרויס ווי צו קליין זיך דערברעכן, דערשלאָגן כלומרשט געהיים
און זיי וועלן אַ שטראַל טאָן אַ זינג טאָן מיט ברען: מיר האָרכן, דערהערן – מיר קערן אהיים!                                                  



ג.
איך מאַך זיך ניט וויסנדיקווייל עפּעס־וואָס ווייס איךדי טרערן וואָס גיסן זיךאיז אַ ביטערער עסק
איך מאַך זיך קוים וואַכעדיקדורך פאַרזשמורעטע אויגןדאָס לעבן טוט וואָכעדיקסיי שטראָמען, סיי טויגן
איך מאַך זיך צעשליסנדיקפאַר ביימער און מאָכןווייל אַלץ וואָס פאַרשלאָסן ווערטז'ניט ווערט דעם ביטחון
איך מאַך זיך דעהערעוודיקצו פייגלס געזאַנגעןאון ווייס ס'וועט אומקערן זיךדער זין צו די קלאַנגען
איך מאַך זיך ניט אומעטיקאון ניט איבעריק פריילעךנאָר כ'פריי זיך: סע שפּרודלט זיךדער מאז־ואילך
איך מאַך זיך ניט וויסנדיקווייל עפּעס־וואָס שפּיר איךאין שטראָמען וואָס פליסן זיךדעם אומזין פאַרליר איך                                                  
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 01, 2018 19:04
No comments have been added yet.