אויף ירושלמער געסעלעך

-

באריס קארלאווJanuary 19 ·  אויף די ירושלמער געסלעך



היינט פרי בייטאָג
געפונען כ'האָב
אויף פאַרגעלטע געסלעך
דעם נעכטיקן טאָג
וואָס דויערט גאָר
גאָר־גאָר
אומפאַרגעסלעך

אויפן גרינעם פּנים
פונעם אַלטן יידן
לאָזן זיך דערקאָנען
נעכטיקע יאַרידן

און – אַ וואונדער
אַז אויך היינט
– זידן זיי און רוישן

קינד־און־קייט
מיט יידענעס
וואָס טראָגן זיך מיט קוישן

און אַ טוץ בחורימלעך
קאַפּאָטעס, בערד און פאות
מראה־שחורה ליכטיקע
פאַרהיט קוים פון הפקרות

די פאַרגעלטע געסעלעך
איך בלעטער זיי
און בלעטער

און דער טאָג
דער נעכטיקער
אויך היינט
זיך ווייטער קלעטערט

איבער גוואַלדאון איבער צייט
צווישן ווענטאון צווישן לייט
אָט אַזוי געפונען כ'האָב
דעם אַלטן, טערפּקען
וואונדער־גאָב
דעם וואַנדער־גאָב
וואָס בלייבטSunday, February 20, 2005



Pause-0:25Additional Visual SettingsEnter Watch And ScrollClick to enlargeUnmute
99 Views


         
LikeCommentShare 9Regine Bloch-Fiderer, Nahum Kotikov and 7 others1 ShareCommentsבאריס קארלאוו
Write a comment...
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 02, 2018 16:44
No comments have been added yet.