איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט



באריס קארלאווDecember 22, 2017 at 7:33pm ·  איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואו דו וועסט זיין מיט מיר
וואו אַלץ וואָס ז'ניט געווען באַשערט
וועט זיין באַשערט אין אירמיר ביידע וועלן בענטשן זי
מיט אַלץ וואָס ברויזט און קוועלט
און איך וועל אייביקן מיט דיר
אויף יענער שיינער וועלטאיך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואו קומען כ׳וועל צו דיר
דו וועסט מיך גריסן אויפן שוועל,
און עפענען די טיראון וועסט מיר זאָגן: זע ווי שיין
די וועלט איז – יונג און ברייט
און איך וועל זאָגן: מלא חן –
מיט אונדז דאָ זאַלבעצווייטאיך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואָס נעמט אונדז אויף מיט ליכט
זי'ט ציכטיק אָפּווישן די טרער
וואָס טויכט אויף דיין געזיכטמיר וועלן גליקלעך בענטשן זי
מיט אַלץ וואָס זינגט און העלט
אין צווייען אייביקן אויף איר
אויף יענער שיינער וועלט
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 10, 2018 22:30
No comments have been added yet.