באריס קארלאווJanuary 2 at 5:21pm ·
Tel Aviv, Israel ·
דער ווינטער פון אונדזערע הערצער
געדענקט נאָך די זומערס די הייסע
ווען טעג זענען לענגער,
נעכט — קערצער,
די שעהען צעגלעקלט אויף שווייסן,ווען לידער ס׳האָט הייס
אויסגעשעפּטשעט
אַיעטווידע פרום דרייסטע תנועה —
אַ גלעט און אַ צערטל פאַרטשעפּעט
אין פרעכן באַגער פון אַ צנועה.דער ווינטער מעג זיין שאַרף און קעלטער
פון פרעסט וואָס פאַרפּענטיקן ברואים,
דאָך בלייבסטו נאָך אַלץ מיר די שענסטע,
די ליכטיקסטע וואָר ווי די שבועה —וואָס איך האָב אַמאָל דיר געשוואוירן
אַז פרעסט מוזן ווערן פאַרטיליקט,
אַז ס׳עט אונדז נאָך ברענגען דער בורא
די אָדליגע פון ערב פרילינג.
LikeShow more reactions
CommentShare
19טבי שקלאווער, Michael Dunajevský and 17 othersComments
Published on January 10, 2018 22:24