Dov-Ber Kerler's Blog, page 9

June 14, 2017

אין אַ גוטער שעה

.


באריס קארלאווMay 8 ·  וועסט אויפשטיין, אין אַ גוטער שעה,
און זאָגן: ס'איז שוין צײַט.
און ס'וועט ניט העלפן "בלײַבט נאָך דאָ,
אַביסל נאָך פאַרבלײַבט."ווײַל יעדער ווענד און יעדער קער
דערגרייכט צום סוף דעם דנאָ,
אַ כוואַליע קומט באַלד אָן צום ברעג
און אָט איז זי ניטאָ.ס'איז וויכטיק אויפשטיין צו דער צײַט
און צו דער צײַט אַוועק
אין וועג אין ווײַטן, וואָס פאַרבײַט
דעם גיכן בײַט פון טעג.נאָר איידער גרייט ביסט אויפצושטיין,
זאַפּסט אײַן דעם הימלס בלאָ
און אויך די גרויקייט פון דעם שטיין
וואָס דו לאָזסט איבער דאָ.
.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 14, 2017 18:32

כ'געדענק עס אַלץ ווי נעכטן

.


באריס קארלאוו‎ updated his status.May 8 · Bloomington · 
כ'געדענק עס אַלץ ווי נעכטן
פיס פלעגן בייגלעך פלעכטן,געשפּרומגען כּלומרשט העכער
אַזש פון די העכסטע דעכער,
געפלויגן אין דער לופטן
ווי ווינטן, ווי אַנטגופטע!..הײַנט ס'שפּילן אויף די נערוון
אין איינקלאַנג מיט שעדעוורען,
צי סתם זיך נאַריש מאַכן
וכדומה ווילדע זאַכן?!..הײַנט גייען מיר סטאַטעטשנע,
צי ווײַטער די באַנק קוועטשט מען...געוועזן אַמאָל צײַטן!
איצט בלויז די טעג זיך בײַטן
מיט אויסגענאַרטער גיכקייט,
אָן ברעקל אויפגעריכטקייט.נאָר אויך ס'גייעג פון רגעס
בענטשן מיר און לויבן,
ווי שלאַקסן איבער ברעגעס
וואָס גיסן זיך פון אויבן.

.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 14, 2017 18:29

דער פּולווער אין די פּולווער־פעסלעך

.



באריס קארלאוו‎ updated his status.May 9 · Bloomington ·  דער פּולווער אין די פּולווער פעסלעך
איז נאָך פאַראַנען, דאַנקען גאָט,
זײַן שאָרעך טויכט נאָך אויף מעת־לעתלעך
מיט יעדן שטאַפּל, שטעג און טראָט.ניט אויף צו שיסן זאָל ער בלײַבן,
נאָר אויף צו שאַפן עפּעס נײַס –
די אַלטע פעלדזן אויפצורײַסן
דערנענטערן אַ לײַב מיט לײַב.און ברענגען נענטער, בנאמנות,
נשמות איבער רוים און צײַט,
דערוועקן פרויען אין די נאָנעס,
דעם מענטש – בײַ אָפּגעפרעמדטע לײַט.מ'באַדאַרף מיט פּולווער זיך ניט רימען,
נאָר וואויל איז דעם, וואָס אים פאַרמאָגט,
אויף אויסצוהילכן לויב און הימען
צו אַלץ וואָס שאַפט די וועלט פון גאָט.
.LikeShow more reactionsCommentShare 2Nahum Kotikov and Moysha (Moisei) LemsterCommentsבאריס קארלאוו
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 14, 2017 18:25

פּאַפּירענע בריק

.


May 10 · Bloomington ·  געפונען פּאַפּירענע בריק
זי פירט אַלץ פאָרויס אויף צוריק –
אין מוקדם ואין גם מאוחר.
פריי זיך דו – אייביקער זוכער!
אַצינדערט, דו ווערסט דער געפינער
פון נעכטיקער שוים און פון פּינע,
וואָס בלײַבן פון מעכטיקע כוואַליעס,
פון ברויזיקע וועלעס און פאַליעס!
נאָר ס'ווערט ניט פאַרנעצט
יענע בריק
וואָס ברענגט אַלץ ביז לעצט
אויף קעריק
צום סוף פון די מענטשלעכע קייכעס
ערב דעם נײַעם בראשית
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 14, 2017 18:22

שארפזינקייט

.




באריס קארלאוו‎ updated his status.May 10 · Bloomington · 
קהלת אַ חכם בן מלך
דערצו א פּאָעט בן פּאָעט
אַלס יונג געווען זעלטן ווען פריילעך
אַלס זקן געלידלט ביז שפּעטבאַזונגען פאַרגאַנגענע ליבעס
ווי טועם ר'זאָל זײַן אויף דער צונג
דעם זכר פון לוסטיקע זליוועס,
אין יעדערער זליווע – אַ טונק.נאָר יונגערהייט האָט ער געדאגהט
צו גרויס איז די וועלט
ער – צו קליין
אַזוי ט'ער זיך דאַן אויסגעטענהט
מיט ביטער פאַרדראָס און... מיט חן:אַז אַלץ ווערט פאַרוואַנדלט
אין בלאָטע
פון אַלץ ווערט אַ גאָרנישט מיט נישט
נאָר שפּעטער שוין, אָן שום חרטה,
פאַרזוכט ער – אַ קרעפּל, אַ קניש...דער דערוואַקסלינג ז'געקומען
צום שכל
דורך ליבע און לוסט ר'האָט דערקענט
אַז חכמה גראָד פּאָרט זיך מיט שמייכל
אַז צום שמייכל
די וועלט איז געווענדט.אַ דיכטער, לאוו דווקא אַ נביא,
זײַן שפע – געזאַנג און גענאָד –
אַ דאנק דיר. קהלת בן דוד,
וואס אַנטדעקט האָסט
פון הבל דעם סודLikeShow more reactionsCommentShare 11Yael Levi, Lea Szlanger and 9 others1 shareComments Shoshana Wolkowicz Shoshana Wolkowicz Meynst, AZ der poet ben-poet, farshtanen vet er, AZ me meynt im? 
Fun di shenste-tife VERK KOHELES!!!See TranslationLikeShow more reactions · Reply · 1 · May 10 at 6:57pm Erez Lévy Erez Lévyאיר זייט עס, ר' באריס ! אבער וואס איז א ,זלידע' ?LikeShow more reactions · Reply · May 10 at 7:41pm Erez Lévy replied · 2 Replies Larry Gillig Larry Gillig зліва - (to the left) ... does that mean straying from the path?LikeShow more reactions · Reply · 1 · May 10 at 8:26pm · Edited באריס קארלאוו replied · 1 Reply טבי שקלאווער טבי שקלאוועריידיש קענען איז ניט קיין שפאס!LikeShow more reactions · Reply · 1 · May 10 at 8:33pm באריס קארלאוו

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on June 14, 2017 18:21

May 21, 2017

*מײַן ליבע, ס'איז די נאַכט נאָך יונגאון ביז איך טו צו דיר...




*



מײַן ליבע, ס'איז די נאַכט נאָך יונג
און ביז איך טו צו דיר אַ קלונג
די צײַט זיך ציט, און ציט, און ציט,
הגם מיט דיר צוזאַם – זי פליט. 

נאָר שרײַען כ'וועל אין טאָג אַרײַן –
מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר כ'וויל זײַן!



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 21, 2017 23:02

April 23, 2017

א קער




ס׳אי דאָ אַ קער אין וועלכן ס׳טוט זיך ווענדןסיי פּרטי־פּרטים גאַנג און סיי די גאַנצע גרענדענאָר ווייניק ווער באַמערקט עס לכתחילההגם עס רודערט אויף געפילן פילעווייל ס׳איז ווי קריעת ים־סוף אומפאַרשטענדלעךאון כלומרשט ווי דער קאָסמאָס גאַנץ אומענדלעךדאַן גרעסטער אפּיקורוס גרייכט צו תפילהווי פרומער ייד ביים דאַווענען נעילהאיידער מ׳דערזעט די ערשטע שטערן דריי – דער קער זאָל זיין געראָטן. הלוואי...
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 23, 2017 23:04

ווערבע




איר קערט דאָס ניט וויסן, נאָר איך בין אַ ווערבע,וואָס וואַקסנדיק בוקט זיך אין פרייד ווי אין פּײַןצום שאָטן פון זונשײַן, צום ליכט אויף דער ערד אוןצום שטראָם, וואָס טוט טײַכלען און טײַכלען פאַרבײַ.
מיר האָבן די פייגל די צווײַגן צעשטשערבעט,נאָר ס'לאָזן זיי הויזן בײַ זיך ס'דאָך כדאי,טאָ אײַלט מיר ניט דעקן די אויגן מיט שערבלעךאָט גיי איך אויסשפּראָצן מיט גרינקייט אויפסנײַ.
צי טוט איר אַלץ טרוימען פון קערבלעך מיט רענדלעך,צי גאָר פון אַ פלי טאָן מיט געזאַנג אויף דער פרײַ,פאַרגעסט ניט: די ווערבע – זי קלערט אַלץ אומענדלעך פון ליכט און פון אומליכט, וואָס שטראָמען פאַרבײַ.
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 23, 2017 22:57

הבדלה





 דער טאָג בלײַבט יונג  אפילו ווען סע דאַכט אַז באַלד פאַרדעקט אים שוין די שוואַרצקייט פון דער נאַכט דער גאַנג דיך יאָגט  צו טאָן א נײַעם שפּאַן. וואוהין? אַהין –  צו דער באַהאַרצטקייט פון דײַן שטאַם. אַליין די צײַט, ווי קורץ זי זאָל ניט זײַן, אײַלט זיך מיט אימפּעט  צו דער גאַנצקייט פון דער שײַן, וואָס בענטשט דיך הייס  און... קרעכצט אַביסל אונטער – אַבי דײַן טראָט, טאָג־אויס טאָג־איין, זאָל בלײַבן פריש  און מונטער. און אין דער טיף די האָפענונג די שענצטע – פאַר גאָר דער ברייטער וועלט אַ טרײַער שפּיגל־פענצטער – נאָך טיאָכקעט, קוועלט און העלט. טאָ זײַ זיך ניט מיאש, דער טאָג ווערט ווידער יונג: בורא מאורי האש

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 23, 2017 22:46

זאָג, צײַט, למען־השם




זאָג, צײַט, למען־השם, וואָס אײַלסטו זיך אַזוי,דו מיינסט טאַקע, וועסט עפּעס ניט באַווײַזן?אַז אַלע ווייסן: שטאַרקער ביסט פון אײַזן, –אָט שווער און אָט גאָר פלינקער פון אַ פלוי?
נאָך אַלעמען דעם זכר טוסט צערײַבןאון ס׳הילכט דײַן דממה־דקה אויף אַ קול,אַלץ גובר, שיקסטו בלינדע שמייכל־פײַגןדעם שוין כמעט פאַרגעסענעם אַמאָל.
טאָ וואָזשע יאָגסטו זיך אונדז טרײַבנדיק קאַסטרוי,וועסט ניט באַווײַזן אונדז פאַרגעסן גלאַט אַזוי?

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 23, 2017 22:27