דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן


דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן
דאָס אַלץ וואָס דו ביסט,טאַטע, געוועןגעוואָלט האָב איך ווערן און בלייבן.ניט אַלץ איינגעזאַפּט ווי ס'געהער,נאָר וואָדען? – זיך צום עיקרגעצילט צו דערקלייבן.
צו דיין וואָרט, (סאַראַ אַ מעכטיק געווער!)צו באוואונדערן אַלץוואָס איז ליכטיק,שפּאַן איך אַלץפון אַהין ביז אַהערמיט אָפענעם האַרץ,אויפריכטיק.
און כ'טו האָפן, (ברוך־השם ניט אין קלעם)אַז סע שוועבן אַרויף אין די הייכן ווען־ניט־וועןמיינע רייד,אַרויפעט, בכדי  דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן.


אַ יתום־ליד
ביז היינט הער איך דיין קולאון ווייס דו שענקסט דיין ברכהסע זאָל ניט זיין קיין עולאפילו ווען ס'גייט טראָכישווערלעך –
כל־זמן פון שוועריקייטן ערלעךהאָב איך זיך גאָרניטאָפּגעשראָקן
ביז היינט הער איך דיין קולאון גאַף ווי הערלעךדויערט אַלץ דיין האָפן
די חושים בלייבן מונטער וואַך,ווי טיף דו זאָלסט ניט שלאָפן,
כ'דערשפּיר און ווייטער שפּין דיין לוסטיקן וויוואַטוואָס טוט כסדר מיך באַגלייטן:
אַ טרייער עכאָ,אַ נאָענט־ווייטע ליכט – אָן עול,אָן רעכענונג, אָן קייטן
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on February 07, 2017 08:22
No comments have been added yet.