ניט געפערלעך




דו זאָגסט ס'איז ניט געפערלעך וואָס אונדזער ליבע טויט איז.
שטיל אָפּגעשלונגען פּערלעך,דער בליק איז רואיק לויטער:
צי זאָל דען, ביטער שווערלעך,די ריינקייט ווערן קויטיק – 
כל־זמן זי אומאויפהערלעךאַלץ ריזלט, צאַפּלט, ברויזיקט?
זיך טרייסטן, שלינגען טרערלעך?!..ניין, ס'טאַקע ניט געפערלעך –
ס'געזאַנג – אי שטאָלץ, אי רויטיקווי בלום, ווי פלאַם, ווי בערלעך,
ווי בלוט וואָס שלאָגט און דופקטפון ליבע וואָס ניט טויט איז
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 25, 2016 12:00
No comments have been added yet.