'
עס פליט אַ פויגל ווײַט, ווײַט ניט פאַרלירט קיין ברעקל צײַט
און אַ וואָלקן פאָלגט אים מיט און אַ שטראַל, וואָס ווערט ניט מיד
הינטער זיי – דער טײַך אין טאָל איבער זיי – דער הימל קלאָר
און אַ גליק אַן אומדערוואַרטס שטיל פאַרכאַפּט דעם פויגלס האַרץ
פרעגט דער וואָלקן: ווען ז'דער שיעור איך זאָל מיטפליען מיט דיר?
און עס כמורעט זיך דער שטראַל: נאָך אַ ביסל און איך פאַל!
ס'גייט דער טאָג אַוועק, אַוועק נאָר דאָס פויגל אָן אַן עק
אין דער פינצטער פליט און פליט, אויס – דער שטראַל, דער וואָלקן – מיד
פליט דער פויגל שוין אַליין אין דעם לאַנד פון מלא־חן
אין דעם לאַנד פון גליק און פרייד דאָרט אַ פאַל טאָן טויטערהייט
Published on March 13, 2017 18:25