-
.ווי זאָל מען זינגען גאָטס געזאַנגאין דער ביטערער פרעמד?אויך אין דער זיסער טוט עס באַנגצו זינגען אומפאַרשעמט.
נאָר גאָטס ליד גילט אומעטוםוואו מ'טוט זיך נאָר אַ קער.ווער קאָן אין גלות בלײַבן שטוםאויב מ'איז ניט אַבי ווער?
אַ מידסט גרעזל זינגט דעם שבח,פון טראָפּן טוי ביז טרער.שטערן שײַנען אויפן דאַךאון לידלען אָן שום שטער.
טאָ ווער וועט מיטזינגען מיט זייאין דער ווײַטער ווײַט,איידער דו קערסט זיך אַהייםמיט גאָטס הילף צו דער צײַט?
Published on March 24, 2017 21:50