זי איז געקומען מלא פרייד

-




באריס קארלאווJune 3 ·  זי איז געקומען מלא פרייד
געבראַכט אַ פרישן ניגון
און ס´האָט איר שמייכל
שטילערהייט
אומזין מיט זין פאַרזיוווּגט
און ס´האָט געדאַכט
אַז האַרציק ברייט
די גאַנצע וועלט
באַפליגלט
איר לויטער שמייכל,
מיט איר פרייד,
איר אויסגעבענקטער ניגון
און האָסט פאַרשטאַנען
ס´איז אַ נס
וואָס הילכיק בענטשט
זיין נאָמען
אַז ביזן סוף
געדענקען וועסט
איר אָנקומען מסתּמא
זי איז געקומען
פול מיט ליכט
מיט אָפּשײַן פון גן־עדן
און האָסט דערקענט
אין איר געזיכט
דעם טעם
פון וועלטן ביידע1 Share 10Stephen Simons, ‎טבי שקלאווער‎ and 8 others
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 02, 2018 22:15
No comments have been added yet.