דער זומער -- אויסרעדאגירטערהייט









דער זומער איז אַן עקשן, ער וויל ניט, וויל ניט קומעןהגם אויף בייטן וואַקסן צעקווייטיקט שוין די בלומעןהגם די ביימער אויכעט זיך שאָקלען שטאַרק צעגרינטעדער זומער איז זיי חושד, וויל זיך פון דאַן אַהין טאָןוואוהין אַהין? – טוסט פרעגן און ס'ענטפערן די ווינטן:צו סאַמע קוואַל פון רעגן, צום וויכערס אורקוואַל בלינדן...
דער זומער זיך פאַרטײַעט, ער וויל זיך ניט צעבליעןפאַרציטערט מענטש און חיה באַלד גרייט פאַר אים זיך מיעןנאָר ער טוט אַלץ זיך הײַען, מיט שטראַלן טוט ניט בריעןדער פרילינג שוין פאַרבײַ איז און נאַט אײַך – אָסיען פריערפאַרחושכט גרינע וועלדער מיט פּוסטע שטעט און שטעטלעך – ווי גרויע שטיינער עלנטע, נעפּלדיק פּאַנדעמלעך...
נאָר ער, ער מוז דאָך קומען, אָנקומען סוף־כּל־סוף אוןצעקושן זיך מיט בלומען, אויסהיילן גרויל מיט האָפונגווײַל ניט אומזיסט די ביימער צעגרינטע זיך צעוויגן –אָט־אָט מיט טויזנט חנען צעוויקלט זיך זײַן ניגוןדערווײַל זשע בלאָזן ווינטן, צעיושעט זיך דער רעגןס'פאַרהײַעט זיך דער ווינטער אויף די פּאַנדעמער וועגן    


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on May 14, 2020 23:37
No comments have been added yet.