לאָמיך זײַן דײַן שמייכל





לאָמיך זײַן דײַן היילונג, לאָמיך זײַן דײַן שכרוואָס זאָל דיך דערהייבןזײַן דײַן אונטערשפּאַר.
לאָמיך מיט דיר טיילןאַלץ וואָס איז כּדאַיאיבער דעם צו קוועלןפליען פראַנק־און־פרײַ.
נאָר ס'ווײַזט אויס, ס'ווײַזט אויס זיךצו ברייט איז הימל־ערד,אַז מײַן פלי זאָל טויגןצו שענקען דיר די וועלט.
טראָפּעלעך ביטחון,מיט שטיקלעך גרויסער פרייד –איז דאָס אַלץ וואָס כ'יכולשענקען אַלטערהייט?..
לאָמיך זײַן דײַן שמייכל,אַ שפּעלטעלע פון גליק –די פייגל אינדערהייכןפליען באַלד צוריק.
נאָר כּל־זמן זיי פליעןמיט זייער פליגל־פאָך,קלערער ווערט די ראיהליכטיקער דער יאָך.



 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 11, 2018 09:26
No comments have been added yet.