Dov-Ber Kerler's Blog, page 28

April 23, 2012

בן אדם, מה לך נרדם







בן אַדַם, מה לך נרדַם?י
ס'טייטש? אַנטשלאָפן געוואָרן, בן־אָדם?!י
שטיי אויף ווי אַ לייב פון פלאַםאון מעכטיק זיך קעגן דעם צאָרן און אָטעםאין די לונגען איין די ערשטע לופטפונעם נייעם טאָג!
אַ פרישינק ווינטעלע 
ווערט אַנטגופטפון אַלטער פּלאָג,
אַ גרעזל אַ נייס נעמט שפּאַלטןדעם נאַרישןאַספאַלטדעם בולוואַרישן!..
דו טאָרסט ניט שלומערן ווייטער,בן־אָדם!ס'איז היינט ווי תמידאַ נייע מאָדע:
די וועלט די ליכטיקע איז כלל ניט אַזוי סתם.בן אַדַם, מה לך נרדַם?..


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 23, 2012 19:46

April 20, 2012

?גערעכט, צי ניטApr. 20th, 2012 at 7:07 AM.אהער גינטער גרא...

?גערעכט, צי ניטApr. 20th, 2012 at 7:07 AMteplik



הער גינטער גראַס, איר זענט גערעכט:י
די וועלט קאָן האָבן אַ מפּלה.י
זי איז ניט זיכער מער, די וועלט,י
און ס'ציטערט פּלישטימס אַיאַטאָלע
איבער דער וועלטלעכער געפאַר
וואָס לויערט איבער אַלץ און אַל
צוליב אַ לענדעלע אַ קליינס
וואָס הייסט ישראל.י

ס'איז גרויזאַם ביטער דער וועלטס גזר,י
ניט העלפן וועט דאַ קיין יללה --י
כל־זמן פאַרניכטונגס דראַנג ווירוואַר
צעווילדעוועט זיך מיט בהלה
פון אומגעהייער טיפן האַס
צום לענדל וואָס איז ניט קיין שפּאַס,י
וואָס מעכטיקט זיך אין גבולן שמאָלע...י
איר זענט גערעכט, הער גינטער גראַס!י






גערעכט איז דער
וואס מיינט
ער האט דאס רעכט
גערעכט צו זיין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס פעסל עסיק
וואס מיינט: י
כ׳בין פול מיט וויין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס ווערעמל אין כריין
וואס זאגט: ס׳איז מלא טעם
און מלא חן
און ס׳איז גערעכט
אויך דער
וואס מוסר זאגט
זיין גנאד און חסד
איז די זיסקייט פון דער קלאג
וואס ער צעטרעסעט
איבער וועלט גאר פיין
ווייל ער, נאר ער
פארמאגט
דאס רעכט
גערעכט צו זיין

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on April 20, 2012 04:12

February 7, 2012

January 11, 2012

בענקנדיק נאכן רעגן

י



ווייסט, רעגן, ימיר קענען זיךשוין יאָרן, ייאָרן, ייאָרןנאָר מירדיין קאַפּעןאיז נאָך נמאסניט געוואָרןאון אויךדיין גיסן זיךשוואַליאָםמיך ווייניקקלעמטאַ לויב דירוואָס דו קומסטאַהערפון ווייטערהויכערפרעמדסיי טראָפּנווייזסיי שטראָמענדיקפאַרפלייצסטודי טרוקענישוואָס גיט זיךניט קיין עצהאון ענדלעךזוכט זיך אויסאַ קאַפּעלעמנוחהפון דיר אויפסני, יאויפסניי, יאויפסניי –י צעפּליוכעט
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 11, 2012 02:02

January 2, 2012

לזכר יפה יארקאני

-

יעדעס מאָל אַ שטיקעלע פון דיר שטאַרבט אָפּווערסט פאַרצווייפלט שטאַרק: צו־וואָס  אַזויפיל שטאַרבןאון ביים אָנבייגן צום גרונט דעם קאָפּטוסטו ערשט באַמערקן פרישע פאַרבן
שטאַרבן שטאַרבט מען אָפּ, צי קאָן מען אַנדערש דעןנאָר דעם אויפזיי שעצט מען לויט די גאַרבןאון אויך זיי, די גאַרבן, וועלן ווען־ניט־וועןערד־און־הימל מיט גענאָד ערשט אַרבן


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 02, 2012 07:30

יעדעס מאל א שטיקעלע פון דיר שטארבט אפווערסט פארצווייפלט ש...

יעדעס מאל א שטיקעלע פון דיר שטארבט אפ
ווערסט פארצווייפלט שטארק: צו-וואס אזויפיל שטארבן
און ביים אנבייגן צום גרונד דעם קאפ
טוסטו ערשט באמערקן פרישע פארבן

שטארבן שטארבט מען אפ, צי קאן מען אנדערש דען
אויך דעם אויפזיי שעצט מען לויט די גארבן
און אויך זיי וועלן דאך ווען-ניט-ווען
ערד-און-הימל מיט גענאד נאך ארבן
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 02, 2012 07:30

December 8, 2011

א מין סאָנעט

bluming




קוק אויף דער וועלט מיט שמייכלדיקע אויגן
וועט ווייכער ווערן אויך די כמורנע וואָר
איר מענטשלעכקייט – אַ קאַפּעלע דערהויבן
איר ליכטיקייט – דערמוטיקט אויף אַ האָר

און "אויף אַ האָר" איז גאָר אַ מאָס אַ וואַזשנע
ווייל אָפט עס הענגט דערויף די גאָרע וועלט
פון חכמי־בבל ביז דעם רב דעם דראַזשנער
פון סיני'ס מידבר־גלי ביז די סיבירער קעלט

און אויב די אויגן טוען מער ניט שמייכלען
וועט אויך די וואָר ניט ווינקען אויף צוריק
און גאָרניט וועט ניט העלפן. טוסקלער בליק

וועט רק דעם צער־און־צאָרן כמורנע כפלען,י
פאַרכמאַרעדיק אַלצדינג מיט טיפע צווייפלען
כאָטש נעם און הענג זיך אויפעט אויף אַ שטריק. י


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on December 08, 2011 14:16

November 20, 2011

דערמאָנונג וועגן דער אומקונפט

-


דו דערמאָנסט זיך אין דער צוקונפטאון עס ווערט דער היינט דיר העלער:הויכע וואָלקנס, שלאַנקע רוקנס,אָן שום פינצטערניש פון קעלער.
און דו הערסט גלייך אויף צו בענקעןנאָך דער שלווה, נאָך דער שטילקייטאין די קלאַנגען טוסט זיך שווענקען,אין די מילדקייטן פון ווילדקייט.
און עס טוט ניט באַנג דער נעכטןנאָר די פרייד פון גוטן שמייכלהעל באַשיינט דאָס אומדערגרייכטע,דעם געמיט, דיין טרייען וועכטער.
מענטשן, זייט זיך ניט מיאש!אַלע וואַסערן און שטערןוועט דער בורא מאורי האשצו דער אייבעקייט אומקערן,– 
און דער מאָרגן, אָך דער מאָרגן,וועט אויפסניי שוין ווערן אומקונפטמאַכט אַ וואַרע, לעבט אַ וויילעאיידער ס'פאַלט באַלד צו די צוקונפט.



-


 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on November 20, 2011 11:42

October 31, 2011

אַ פּאָר ווערטער וועגן דוד ווידער'ס נוסח און וועגן "...



אַ פּאָר ווערטער וועגן דוד ווידער'ס נוסח און וועגן "עצביהן כסף וזהב" אין אַלגעמיין
דוד ווידער ע"ה האָט בעת דער ערשטער באַגעגעניש אין קאָלאָמיי ( מאַי 2003) אונדז אויסגעזונגען אַ ריי זעלטענע לידער, איינגערעכנט אַ קורצן פּורים־שפּיל, "דער קוימענקערער" (דער פולער טעקסט דאָ) און אַ ליד "יעקב'ס חלום" ('מה נורא המקום הזה'), וואָס לויט ווי ער האָט געזאָגט פלעגט מען דאָס ביי זיי אויסזינגען אויף פּורים בעת מ'איז געגאַנגען פון הויף צו הויף מיטן פּורים־שפּיל. ער האָט, פאַרשטייט זיך, אויך פיל דערציילט פון זיין לעבן און זיינע קינדעריאָרן אין סיגעט (ביז ער איז געוואָרן 5 יאָר אַלט), דערנאָך אין הערלוי און שפּעטער אין יאַס.
צווישן די פאַרשידענע לידער האָט ער אונדז אויך אויסגעזונגען דעמאָלט דאָס גוט באַקאַנטע טראַדיציאָנעלע "עצביהם כסף וזהב" פון "הלל". דאָס ליד זינגט מען אויף אַ סך יום־טובים (אָבער ניט ימים נוראים), ווי אויך ראש חודש און חנוכה. דוד ווידער האָט עס דווקא פאַרגעדענקט ווי אַ מין "פּורים־שפּיל", מעגלעך ווי נאָך אַ ליד וואָס מ'פלעג אויסזינגען ווי אַ טייל פונעם קינדערשן פּורים־שפּיל רעפּערטואַר. "קוימענקערער" פלעג ער אויסשפּילן צוזאַמען מיט זיין ברודער, סיי אין הערלוי און סיי שפּעטער אין יאַס אין די 1930ער און היות ווי די שפּיל גופא איז גאַנץ קורץ, פלעגן זיי אפּנים אויך אויסזינגען עטלעכע לידער ווי "עצביהם כסף וזהב" און אפשר אויך "יעקב'ס חלום" (הגם דאָס צווייטע איז גאָרניט אַזוי פריילעך).
די שורות פון תהילים, וואָס מע געפינט זיי, פאַרשטייט זיך, אין יעדן סידור, ווערן אין דעם ליד פאַרטייטשט, דאַכט זיך, ניט זעלטן אויף אַ שפּילעוודיק־אָפּלאַכערישן אופן. דאָס שטימט אוודאי מיטן לוסטיקן גייסט פון פּורים. דאָס איז אויך אין גייסט פונעם טראַדיציאָנעלן צוויישפּראַכיקן הומאָר וואו דער "הויכער רעגיסטער" פון לשון־קודש ווערט צונויפגעפּאָרט ניט מיט דעם קאָנווענציאָנעלן "טייטש"־לשון, נאָר דווקא מיט די פּראָסטע רייד (און דערפאַר אָפט אויסגעדריקט אין אַ "נידעריקן סטיל"). שפּורן דערפון קען מען געפינען אין די ווערק פון אַזעלכע שרייבער ווי אַקסנפעלד, מענדעלע און אפנים פיל אַנדערע. טביה'ס גוט באַקאַנטע פּסוקים ביי שלום־עליכמען (און ביי געוויסע אַנדערע העלדן זיינע) זענען מעגלעך די העכסטע שעפערישע אַנטוויקלונג פון דעם מין צווישנשפּראַכיקן הומאָר.
די פּסוקים אויף וועלכע דאָס ליד איז געבויט, (אין תהילים קטו און קלה), זענען – אין קט"ו:ד  עֲצַבֵּיהֶם, כֶּסֶף וְזָהָב;    מַעֲשֵׂה, יְדֵי אָדָם.
און אין קל"ה:טו  עֲצַבֵּי הַגּוֹיִם, כֶּסֶף וְזָהָב;    מַעֲשֵׂה, יְדֵי אָדָם.

קל"ה:15 די געצנבילדער פון די פעלקער זײנען זילבער און גאָלד,דאָס װערק פון אַ מענטשנס הענט.16 זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט,זײ האָבן אױגן און זעען ניט;17 זײ האָבן אױערן און הערן ניט;ניטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל.
דוד ווידער'ס נוסח פונעם ליד, וואָס ער האָט זיך עס אויסגעלערנט ביים טאַטן, איז, ווייזט אויס, אַביסל "קאַליע" געוואָרן פון דעם וואָס דער טעקסט וואָס ער האָט געקראָגן פאַר די אויגן איז דווקא דער פון תהילים קלה. אין יעדן פאַל אָט איז דער פולער טעקסט לויטן צווייטן און פולן נוסח:
עֲצַבֵּי הַגּוֹיִם, כֶּסֶף וְזָהָב;    מַעֲשֵׂה, יְדֵי אָדָם –אַ געמאַכטן גאָט האָבן זיי, וואָס זיי האָבן אַליין באַשאַפן.אָך און וויי און וויסט איז זיי,אַ געמאַכטן גאָט האָבן זיי!אָבער אונדזער גאָט אין הימל,וואָס ער וויל, דאָס טוט עראון וועמען ער וויל, דעם גיט ער.
אַ פֶּה־לָהֶם, וְלֹא יְדַבֵּרוּ –אַ מויל האָט זייער גאָטנאָר ער קען נישט רעדן.אָך און וויי און וויסט איז זיי,אַ שטומען גאָט האָבן זיי.אָבער אונדזער גאָט אין הימל,וואָס ער וויל, דאָס טוט עראון וועמען ער וויל, דעם גיט ער.
עֵינַיִם לָהֶם, וְלֹא יִרְאוּ – אויגן האָט זייער גאָט,נאָר ער קען נישט זעען.אָך און וויי און וויסט איז זיי,אַ בלינדן גאָט האָבן זיי.אָבער אונדזער גאָט אין הימל,וואָס ער וויל, דאָס טוט עראון וועמען ער וויל, דעם גיט ער.
אָזְנַיִם לָהֶם, וְלֹא יַאֲזִינוּ – אויערן האָט זייער גאָטנאָר ער קען נישט הערן.אָך און וויי און וויסט איז זיי,אַ טויבן גאָט האָבן זיי!אָבער אונדזער גאָט אין הימל,וואָס ער וויל, דאָס טוט עראון וועמען ער וויל, דעם גיט ער.
אַף, אֵין־יֶשׁ־רוּחַ בְּפִיהֶם – אַ נאָז האָט זייער גאָט,נאָר ער קען נישט שמעקן.אָך און וויי און וויסט איז זיי,אַ סמאָרקאַטן גאָט האָבן זיי!אָבער אונדזער גאָט אין הימל,וואָס ער וויל, דאָס טוט עראון וועמען ער וויל, דעם גיט ער.
אָפּלאַכן פון "זייער גאָט" און דערביי האָבן שטאַרק רחמנות אויף די געצנדינער, אָדער ווי דוד ווידער האָט עס דערקלערט אויף די קריסטן, איז פאַר זיך אַ גאַנץ לוסטיקער צייטפאַרטרייב. און אונדזערע פאָלקלאָר־פאָרשער האָבן שוין מסתמא באַמערקט אַז דער תנכישער מערצאָל (אָפּגעטער אָדער געצן) ווערט אינעם יידישן אויסטייטש פאַרביטן אויף איינצאָל פאַרוואַדלענדיק דאָס ליד אין אַ בולטן אַניט־קריסטלעכן חוזק. אינטערעסאַנט אויך אַז די ווייטערדיקע פאָלקסטימלעכע גילגולים פון דעם מין ליד ווערן ביי די זאַמלער אַזו־צי־אַנדערש פאַרבונדן מיט הומאָר און פריילעכקייט. י. ל. כהן שטעלט אַריין דאָס ליד "זאָג מיר, געטשינקע, וואָס זשע מאַכסטו" אינעם אָפּטייל פון "הומאָריסטישע לידער" און די צוויי לידער ("איי, זאָגט ער 'פּה להם ולא ידברו' " און "געטשינקע, וואָס דו מאַך?") באַווייזן זיך דווקא צווישן די פּורים־לידער אין דעם ערשטן אָפּטייל פון גינזבורג–מאַרעקס זאַמלונג (יענער אָפּטייל נעמט אַריין רעליגיעזע, נאַציאָנאַלע און יום־טובדיקע לידער).
אָבער דעם אמת געזאָגט, פאָרמאָגט דער דאָזיקער נוסח, וואָס דוד ווידער האָט אויפגעהיט, מערניט ווי איין פאַל פון דעם פריער דערמאָנטן צווישנשפּראַכיקן הומאָר, וואָס בויט זיך אויפן קאָנטראסט צווישן לשון־קודש און פּראָסט־יידיש. בלויז אין דעם לעצטער סטראָפע געפינען מיר דאָס ניט־קיין צופעליק סלאַווישע וואָרט "סמאַרקאַטע" (אָדער "סמאָרקאַטע") וואָס מאַכט דעם באַטייט נאָך מער לעכערלעך – אי ווייל "סלאַוויש" איז במילא פּראָסטער און דערפאַר אָפט סטיליסטיש "נידעריקער", אי ווייל מע טוט כלומרשט דעם "גאָט זייערן" אַ בערישע טובה דערלאָזנדיק, אַז ער מעג אפילו פאַרמאָגן סמאַרק ביי זיך אין נאָז, אָבער בלויז בשפע אַזוי ווי ביי עפּעס אַ שטאַרק פאַרקילטן פּאַרשוין, אָדער ווי אַ קליין אומבאַהאָלפן קינד (אַ סמאָרקאַטש!), און טאַקע דערפאַר קאָן ער נאָך אַלץ ניט שמעקן (אָדער אויב מע גייט נאָך תהילים קלה: אפילו ניט אָטעמען).
קאָן זיין, אַז צוליב דעם שטאַרקן אנטי־קריסטלעכן כאַראַקטער פון דעם ליד איז עס, אפנים, פאַרהעלטענישמעסיק גאַנץ זעלטן רעפּרעזענטירט געוואָרן אין די פאַרשידענע זאַמלונגען פון יידישע פאָלקסלידער. שוין אָפּגערעדט אין די סאָוועטישע זאַמלונגען, וואו דאָס וואָלט אוודאי פאַררעכנט געוואָרן פאַר אַ העסלעך שאָוויניסטיש אתה־בחרתניש ליד. איז טאַקע שווער צו וויסן ווי־אַזוי איז דאָס לכתחילה צווישפּראַכיק ליד מגולגל געוואָרן אויף פאַרשידענע וואַריאַנטן אין וועלכע דער לשון־קודש קאָמפּאָנענט איז שטאַרק איינגעשרומפּן אָדער לחלוטין נעלם געוואָרן. און ס'איז אויך ניט גרינג צו דערגיין צי דער צוויישפּראַכיקער הומאָר האָט אין די פריערדיקע נוסחאות געשפּילט אַ מער פּראָמינענטע ראָליע ווי אין דוד ווידער'ס נוסח.
היינטיקע צייטן קען מען אָבער געפינען זעלטענע אינפאָרמאַציע אַדאַנק ר' גוגל ב"ר אינטערנעט, דעם באַקאַנטן אַלוועלטלעכן "סיני", אַ מין תלמיד־חכם וואָס ווייסט טאַקע אויף אַן אמת אַ וועלט מיט זאַכן, הגם פאַרשטיין פאַרשטייט ער געוויינטלעך – אַ קרענק. איז אָט אַז מע גיט אַ זוך געפינט מען די פאָלגנדיקע צוויי וואַריאַנטן פון אונדזער ליד ווי עס איז פארשריבן געוואָרן פון די היינטיקע חסידים, וואָס ביי זיי, די וואַריאַנטן, קער דאָס אפשר זיין אַ לעבעדיקער המשך פון אַן עלטערער טראַדיציע. דער ערשטער מיטן נאָמען "לא לנו ניגון" (און עס ווערט צוגעשריבן צו "מהר"ר אהרן שטערן ע"ה") איז איינגעשריבן דווקא ווי אַ טייל פונעם פּסחדיקן סדר, עס קומט דארט גלייך נאָך דער חד־גדיא און דעם "אַלמעכטיקער גאָט". אָט איז ער ווי ער שטייט און גייט (מיט דער היינטיקער "חרדישער" גראַמאַטיק און אָרטאָגראַפיע):
ניגון לא לנו ביודיש 
(מהר"ר אהרן שטערן ע"ה)
לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם, אַיֵּה נָא אֱלֹהֵיהֶם: פאר וואס זאלען די פעלקער זאגען, ווי איז זייער גאט: (פזמון) עֲצַבֵּיהֶם כֶּסֶף וְזָהָב, מַעֲשֵׂה יְדֵי אָדָם: זילבער און גאלד, זענען זייער געטער: (פזמון) פֶּה לָהֶם וְלֹא יְדַבֵּרוּ: א פּיסקַאטשׁ האט ער און רעדט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א שטימער גאט, האבען זיי: א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) עֵינַיִם לָהֶם וְלֹא יִרְאוּ: אָטשׁקעלעך האט ער און גלָאצט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א בלינדער גאט, האבען זיי: אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) אָזְנַיִם לָהֶם וְלֹא יִשְׁמָעוּ: איירעלעך האט ער און הערט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א טויבער גאט, האבען זיי: איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) אַף לָהֶם וְלֹא יְרִיחוּן: א נעזשָׁ'א האט ער און שמעקט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א פארשטאפטער גאט, האבען זיי: א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) יְדֵיהֶם וְלֹא יְמִישׁוּן: דרַאפּקעלעך האט ער און טאפט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א געלעמטער גאט, האבען זיי: דראפקעלעך האט ער און טאפט נישט, א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) רַגְלֵיהֶם וְלֹא יְהַלֵּכוּ: לַאבּקעלעך האט ער און גייט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א לומער גאט, האבען זיי: לאבקעלעך האט ער און גייט נישט, דראפקעלעך האט ער און טאפט נישט, א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

פזמון 
אבער:וֵאלֹקֵינוּ בַשָּׁמָיִם: אונזער גאט אין הימעל, 
כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה: וואס ער וויל דאס טוט ער. 
וואס ער וויל דאס טוט ער, וועם ער וויל דעם גיט ער, 
וואס ער וויל דאס טוט ער, וועם ער וויל דעם גיט ער. 



און דער צווייטער נוסח, אפשר נאָך מער אָפּלאַכעריש איז עטוואָס נאָך מער מאָדערן, היינו מער היינטצייטיק, אָבער דער עיקר דאָ איז די ווייט אָנשפּאַרנדיקע שפּילעוודיקייט און דער קאָנטראַסט צווישן לשון־קודש און יידיש (צי גאָר: "יודיש?"). דאָ איז דער קאָנטראַסט אפשר שוין לאוו דווקא "הויך" אַקעגן "נידעריק", ווי "תהילימדיק" און "אוראַלט" פון איין זייט אַקעגן "טאָגטעגלעך־היינטצייטיק" פון דער אַנדערער:
איך האב געהערט ס'ניגון אזוי. (כ'קען נאר לייגן די ווערטער, נישט נאטס קענעך נישט)
עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם, פה להם ולא ידברו, א פיסק האבן זיי ווי גרעקן, און א קרענק קענען זיי רעדן, אך און וויי, א בראך איז פאר זיי, א שטימענוואגן געטשיק, האבן זיי, (שנעלערהייט.) א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון. 

פזמון: אבער אלקינו שבשמים כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער, וועמען ער וויל גיט ער. וועמען ער וויל לייגט ער, און וועמען ער וויל הייבט ער. 

עינים להם ולא יראו, א פאר אויגן האבן זיי ווי די קאלאמיקן, און א קרענק קענען זיי קיקן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א בלינדנוואגן געטשיק, האבן זיי, (שנעל.) א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

אזנים להם ולא ישמעו, א פאר אויערן האבן זיי ווי די בערן, און א קרענק קענען זיי הערן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א טויבנוואגן געטשיק האבן זיי. (שנעל.) א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון. 

אף להם ולא ירוחון, א נאז האבן זיי ווי א שטעקן, און א קרענק קענען זיי שמעקן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט שמעקעדיגער געטשיק, האבן זיי, (שנעל.) א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון. 

ידיהם ולא ימשון, א פאר הענט האבן זיי ווי די קאצאפן, און א קרענק קענען זיי טאפן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט טאפעדיגער געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון. 

רגליהם ולא יהלכו, א פאר פיס האבן זיי ווי די הולכות קרייען, און א קרענק קענען זיי גייען, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א לאמענוואגן געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א פאר פיס ווי די הולכות קרייען א קרענק קענען זיי גייען, א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון. 

ולא יהגו בגרונם, א האלז האבן זיי ווי א זשיראפע, אבער ליגן ליגן זיי אין שאפע, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט רירן האלזיג געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א האלז ווי א זשיראפע אבער ליגן ליגן זיי אין שאפע, א פאר פיס ווי די הולכות קרייען א קרענק קענען זיי גייען, א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

ס'איז נאָך טאַקע היפּשלעך ווייט צו פּורים און פּסח, טאָ לאָמיר ווינטשן אַלעמען פון פּסח ביז פּסח לאַנגע, לאַנגע יאָר צו זיין און בלייבן זעעוודיק, הערנדיק, גייענדיק, מיט די הענט מאַכנדיק, רעדנדיק און אחרון אחרון – בשום אופן ניט סמאַרקאַטע!
 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 31, 2011 02:59

October 22, 2011

דערוואכונג

--
דו האָסט אַמאָל געפרעגט, צי דאָס איז שוין דער סוףצי ס'איז געווען דאָס לעצטע ליד, און מער וועלן ניט קומען?און כ'האָב אַ קלער געטאָן "אוי, סאַראַ בייזע שטראָף!אַ שטומע ליידנשאַפט רק מערט דעם גרעסטן אומעט."
נאָר ניין, מיין ליכטיקע, ס'איז בלויז אַ לאַנגער שלאָף,אַ לאַנגער בערן ווינטער־שלאָף וואָס נעמט אַרומעטדי אויסגעבענקטע שורות, סטראָף נאָך סטראָף – די סטראָפעס אָפּגעמלעטע אויף לאַנגן, לאַנגן תמיד.
נאָר אויך דער לענגסטער תמיד האָט לסוף אַן עקכאָטש ס'נעמט צו־מאָל צו לאַנג ביז סע דערצאַנקעןדער וויי, דער פּיין, די בענקשאַפטן אָן ברעג... –
ביז ווערטער אויפגעוועקטע נעמען זיך אין וועגצו דיר, צו דיר, צו דיר, מיין האַרציקע, דערלאַנגען.

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on October 22, 2011 21:02