מת אב ומת אלול פון שמואל הנגיד
געשטאָרבן חודש אבאון אויך דער חודש אלולדערנענטערט זיך לסוףצו יענעם סומנעם הבלוואו ס'וועט אים אויפנעמעןמיט יאָמערלעך געשריימיט אָרעמס אָפענעפאַראומערט דער תשרי
און אויף דער וועלטשוין קומען גאָלע קעלטדער וויין ווערט רויטאון רויטער. און ס'פאַרפעלטזיין קול פון טרויםדעם ליימענעם געצעלטאון אַלץ ווערט בלאָטע, שטויבפאַרשוינט, פאַרוועלקט...
דעריבער, ליבער פריינד,ניט זאַם זיך, לאַנג ניט קלעראון ברענג מיט זיך שוין היינטדי גוטע לייט אַהערפון נאָענט און פון ווייטפון הי און פון דער פרעמדאיעטווידער זאָל גלייךטאָן וואָס ער האָט פאַרקלערט.
האָט מען געזאגט: דו, זע,די כמאַרעס זאַט און פולמיט רעגנס זענען גרייטפאַרטרערן אַלץ אָן גבול.און צוגעגעבן: הער,די הימלען אין דער הייךמיט דונער, אָך־און־וויי, דערגרייכן באַלד אַהער.
און זע: פאַר דיר – דער פראָסט.און אויך: פאַר דיר – דער פלאַם.דער – קומט אַראָפּ ניט פּראָסטאון דער – איז גאָר ניט סתם, – דער שנייען פראָסט: אַראָפּ,דער פלאַם פון וויין: אַרויף.דו, דאַר דיר ניט דעם קאָפּ,דערפריי אין זיך דעם גוף.
טאָ שטיי זשע אויף, מיין פריינד,פון בעכער און פון קרוגנעם טרינקען־מיט דעם ווייןוואָס רויט איז ווי דיין בלוט.נעם טרינקען מיט אונדז מיטבייטאָג און אויך ביינאַכטאון טרינקען ווער ניט מידלזכר זומער־פּראַכט.
Published on September 07, 2012 20:30
No comments have been added yet.


