דער בראַווער פאַרטיידיקער
ס'טוט איינער אַ פאַרטיידיקערפון "מענטשלעכער" געשיכטעניט ווייניק לייט צעשעדיקןגעטרייע פריינט פאַרניכטן
טוט דורסן און עוקר זיין(געוויינטלעך מן השורש)בלויז ער קער דער געשיכטע זייןאיר לעצטער בראַווער יורש
נאָר מער פון אַלץ צעשעדיקט ערזיין אייגענע געשיכטעסיי בעת ער טרינקט זיך ביטער אָןסיי ווען ער איז גאַנץ ניכטער
און די געשיכטע, אָן אַ זייט,זי שטייט און בעט זיך שטיל:
"מיין טייערער פאַרטיידיקער,וו'הין שטופּסט זיך מיט דיין שפּיל?
פאַרטיידיקן פאַרטיידיק מיךוויפל דיין האַרץ זיך גלוסט
נאָר איבער וואָס צענעריקסטואַלץ וואָס איך האָב געוואוסט?
ווייל כ'האָב געוואוסט,אַז טריישאַפט מיינטניט נאָר צו זיך אַליין.אַז איבערלאָזן מעג מען מייןווי אויף אַ שטיין אַ שטיין
ניט איבעראַל לויערט פאַרראַטניט אַלץ איז גאָלע פּיין.
פאַרטיידיק בעסערזיך אַליין
פון זיך אַליין...מיר שיינט,אַז דיין פאַרטיידיק־אַפּאַראַטשפּרייט מערער האַס ווי שיין."---
ס'איז אַ רחמנות און אַ בראָךדעם זעלטן קלוגן פּריידיקעראַריין מאַנקאָליע אין קאָפּצו ווערן דער פאַרטיידיקער...
און ס'ווייסט פון רו ניטאונדזער גברער האַלט רק שעלטן, שיסןביי טאָג, ביי נאַכטפאַרשפּרייט ער צערדעם גרימצאָרןדעם מיאוסן
ווייללא ינום ולא ישןממש עד בלי די לואַ שאָד נאָר וואָס יומם ולילה(כיי וואָלט ער קערן וויסן)בלייבט דרעמלען,דרעמלען פראַנק־און־פרייזיין אייגענערגעוויסן
Published on July 21, 2011 07:35
No comments have been added yet.


