אומ)פּערזענלעכע פראָנאָמען)

--



זיי
זיי וועלן קומען, אָדער נייןוועמען אַרט עס, סיידן זייוועלן יאָ אָמאָל פאַרשטייןאַז קומען קומט מען ניט צו זיינאָר מ'קומט צו דעם, וואָס שפּרייטאון שפּרייטדעם שרפהנדיקן וויי,און אויך די שיין פון פרייד


איר
איר קומט און ס'איז שווער אייך שוין איבערצוציילןפון ווייטע מקומות, פון פאַרחושכטע היילןקומט איר און מאָנט אַלץ: רק ברויט מיט תענוגיםאון האָפּסלט צעווילדעוועט סטעפּס, בוגי־וואוגיאָט נאַט אייך דאָס ברויט, דעם זאַלץ און די וויינעןאַ ביס און אַ לעק און אַ שמעק אויך צום תענוגנאָר ס'העלפט ניט, כאָטש ווער גאָר אַ כופר בעיקראיר קומט אַלץ אָנצאָל אַלץ צערייסן אויף שטיקער


מיר
ווען וויסן זאָלן מיר געוויסאַז ניט אויף אייביק איז דער ריסאַז ביטער קען אויך ווערן זיסאון שיין ניט ווערן מאוס און מיאוסוואָלט מען גענומען זינגען קלאָרניט מורא האָבנדיק פאַרוואָרוואָס וועט אונדז ברענגען דער קאַיאָרניט וואָר?


זי
זי שטייט און וואַרט, זי שטייט און וואַרטדאָס ווינטל גלעט די האָר איר צאַרטאון אין איר וואַרטן וואַקסט אַ לידזי שטייט און וואַרט, קוים־קוים זיך ריריטצום טאַקט פון ליד און פון זיין וואַקסןוואָס האַרציק צערטלט איר די אַקסלאון פון איר שטיין (צוריק קיין טראָט)וויינט די וועלט און לאַכט דער גאָט


מען
מ'זאָגט אַז פאַרמאַכן, פאַרשפּאַרן מע וועטדי זון מיט די שטערן, די פרי און די שפּעטאַ גרויסע בהלה, אַ פּחד, אַ שרעקאַלץ שפּרייט זיך און שפּרייט זיך דערפאַר אָן אַן עקאיז וואָס אַז מע זאָגט, און מ'זאָגט־צו אַז מע וועטפון זאָגן ביז וועלן איז פאָלג מיך אַ גלעטאון גלעט איז דער אָנהייב, דער אָנהייב פון אַלץבאַרואיק זיך, האַרץ


ער
ווייל ער קען ניט, ער קען ניט, ער קען ניט אַריבערצי דען אומבאַדינגט מוז ער דעריבערכסדר אַלץ קריכן און קריכן אַרונטעראויף יענער זייט טרוים און אויף יענער זייט וואונדערס'איז שווער צו פאַרשטיין און נאָך שווערער פאַרדייעןנאָר ער האַלט אין איין קריכן און קריכן עד־היום


איר
איר זאָגט אַז אַלץ איז שוין פאַרבייקאָן זיין, קאָן זיין, כאָטש חי־וקייוועט מען ניט שרייען, נייןמערניט מ'עט אָנהייבן אויפסנייאַ שטיין צו שטייןלייגן געטרייאון איר וועט זיין דערפון גאַנץ פרייגאַנץ פריי מיט זיך אַליין


דו
דו מיינסט אַז אַלע קוקן רק אויף דיראפילו ווען דו שטייסט אינמיטן רוישנדיקער גאַסאַז רק נאָך דיר אַיעטווידער אַלץ שפּירטווער בלויז מיט חן און ווער מיט כעסאַבי אויף דירמיין פריינד, מיין פיינד, ס'איז בלויז אַ שפּאַסשפּאַר אויף די טיר, אַרויס פון פאַסאויף אונדזער רוישנדיקער גאַס פון משוגעת


איך
און אַז איך וועל זיך נעמען צו דער זאַךאַךוועט אַלץ דאַן שטראָמען ווי אַ פידעלעוועט דאַן דאָס בעסטע אַרויס אויף דער פלאַךמיט אַ זעלטן געראָטן לידעלעאַ קו וועט פליען איבערן דאַךאון לייגן וועט זי גילדערנע אייעלעךאַך, לאָזט ניט ס'פענצטערל פאַרמאַכט ווען ס'פאַלן די ערשטע שנייעלעך





 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 20, 2011 01:52
No comments have been added yet.