דער מאַרצאׇווער שניי זיך ראַנגלט אויסצופאַלן,
די מאַרצאׇווע זון – ברייט צעשפּרייט די שטראַלן,
דאׇס מאַרצאׇווע ווינטל שטילט זיך־איין צוביסלעך,
די מאַרצאׇווע וועווערקעס קנאַקן זיך די ניסלעך...
און דו שטייסט און גאַפסט, שטייסט ביים ראַנד פון ווינטער
פרעגסט: וואו גייט דאׇס אַלץ אַזוי פלינק אַהינטער?
פרילינג, זומער, האַרבסט און אויך די בייזע וויוגעס
קייקלען זיך אַראׇפּ פון מאַרק – גאׇר אַ האַרבע סוגיא...
דאַכט זיך וואׇס? – אַ יאׇר. דאַכט זיך וואׇס? – אַ לעבן.
פון מעריב ביז קאַיאׇר דער אין־סוף טוט זיך וועבן.
דער אין־סוף? טאַקע ער? טאׇ ווער טוט אים פאַרשטעקן
פון לעבן וואׇס איז וואׇר, וואׇס ענדלעך מוז זיך עקן?
Published on March 03, 2014 14:40