טייערע ליכטעלעך

--



Photo























טייערע פלאַטערלעך, ליכטעלעך, קלעטערלעךאיר האָט זיך פאַרקלערט דאָרט אַזוי
אין די ווייטינקע, ראַנדיקע, ערדישע נידערן 
אין דער חשכות – טיף טרייף דאָרט און רוי 

אָנגעשטעלט אויגן, אָנגעשפּיצט אויערןדערבליקט מען, דערשפּירט מען בחוש
ווי אייער פאַרקלערטקייט טוט שטייגן
און דויערן טאַקע פון הודו ביז כּוש

,אין פלאַטערן אייערן, ניצוצותלעך, פייערלעךטוט מען בפירוש דערהערןדי ליכט אומאויפהערלעכעדעם געזאַנג אומגעהייערן
פון וועלטאַלס ווייט צערוואָרפענע שטערן
טאָ זאָל אייער קלעטערןדורך חשכותן פעטערעדורך תהומען פון שוואַרצן אומליכטזיך קיינמאָל ניט מינערןדאָרט אין די נידערןביים אויפהיטן דער וועלטס גלייכגעוויכט

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 21, 2014 13:11
No comments have been added yet.