געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרותזי זינגט זיך אויס אויף אייך מיט ביטול שמוך פון רייפע עקרותמיט קרעכץ פון עגונות צוגלייך
זי פייפט מיטן ווינט אוןזי קאָן ניט אַנדערשרק ווייען און ווייען און ווייען מיטן גייסט מיטן בלינדןאויסגעטאָן דעם סקאַפאַדערמיטן הויכן צילינדער,זינגט זי ווי אַ האָן וואָס פאַרגייט... אין קרייען
איין־איינציק איי אין דעם לאַנדאין דעם גאַנצןזוכט מען אַ פרישספאַר אַ חולהנאָר געפינט מען – אַ מכהאון דאָס איז אינגאַנצןדי גאָלע געשיכטע די וואוילע
געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרות,ווען זאָלט איר, ווען זאָלט אירווערן פאַרשוואונדן?דער טורף היט שוין די נאָרעס,דער קאָטער,גרייט איינצושלינגען נייע קונדן.
און לייטיש עס זשומען די ווייטעשטערן – מע מעג זיי, מע קען זיי, מע מוז זיידערהערן,איידער מ'נעמט זיך אויף אייביק ניט־ווערן,איידער מע טוט ז י ך אַלייןאויפהערן
נאָר בלייבן וועט בלייבן אויף זיכער דער ניגון, וואָס דרייט זיך און דרייט זיך ווי איר שטאַפעט,דורך וואַנדל און וויגלדערלאַנגט ער, דערוואַנדערטביז צו דעם ווייטסטן פּלאַנעט – דערוואַנדערט אַהין אָן אַ סקאַפאַנדער... – איר מעגט מיט איר גיין אין געוועט!
Published on November 19, 2013 17:25