דעם פּרעה'ס אַן אָדע – אַ פּאַראָדיע



הער, נעפערטיטי, 
האָב אויף מיר רחמנות
האָב אויף מיר כאָטש אַ ברעקעלע פּיטי,
גענוג געשיקט מיר 
שמייכעלעך שלח־מנות.
דיין בויגזאַמער האַלדז 
צי געדענקט ער נאָך אַלץ
...מיינע האַסטיקע פינגער
רק מיט דיר, מיין האַרץ,
ווער איך כאָטשיק אין דמיון
...יינגער

דיינע העל־דינע וויעס  – אַרויף און אַראָפּ – זיי פליען
 און די טויען– דיינע ליכטיקע זענקעס
אייביק דערמאָנען 
ווי שטאַרק די נשמות בענקען
נאָך די, שוין פון לאַנגצעבאַלזאַמירטע
פארדאָרבענע גופים...
דו הערסט, נעפערטיטי,
ווי פאַרבענקט צו דיר רוף איך?

ווי־אַזוי קאָן עס בלייבן אַ שטיין 
אַזוי אומגעהייער אויפגעהייטערט,
און דערקוויקן די לעבעדיקע
שוין יאָרטויזנטער דערווייטערט
פון דיר און פון מיר
און פון מיין אויסגעשפּילטער
ליבע?
נעפערטיטי, נעפערטיטי – 
מיין איבערגעשניטענער
חיתוך־הדיבור.

כ'האב געוואָלט צו דיר זינגען
ריין מיט קלאַנגען
אינגאַנצן אַנטפּאַנצערט פון גראַמען
צו דיין אייביקן חן,
וואָס פאַרפלייצט אַלע סייגים און ראַמען – 
איבער מאָס,
אות נאָך אות – 
אַלץ – מיט טויזנטער טעמ'ען
נאָר ס'געזאַנג מיינס – אַ פּלאַטשיקער בלאָז
וואָס פאַרגראַמט איז
אויף אייביק אין פלאַמען...

אַ רחמנות אויף מיר,
אויף דעם ביטערן נאַר – דעם פּרעה,
וואָס זיין אוסגעדייווערט געביין דאָס קוואַרע
גאַרט און לעכצט נאָך אַ טראָפּעלע  מ י ם,
אַ רחמנות אויף דעם פאַרטרוקנטן גאָט – 
ר'איז צו־שאַנד און צו־שפּאָט
איבער גאַנץ ארעא דמצרים...

וואָס זשע טוט דער אמתער גאָט?
ער פאַרוואַנדלט מיין אָדע
אין אַ פולבלעכער פּאַראָדיע
און פּרעה'ס אָדע, משטיינס־געזאָגט,
קריגט גאָר אַ פּריקרע פּראָזאָדיע,
נאָר פונדעסטוועגן – 
שרייט מיין פאַרחתמעטער האַלדז
פון דעם הייסן פּיראַמידן־טאָל
אַזש ביז אין די קאָכיקע געדערים פון 
ניו יאָרק סיטי:
וואו ביסטו, מיין הארץ,
וואו ביסטו, מיין אלץ, –
נעפערטיטי,
נעפערטיטי?!..









 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on January 27, 2014 12:56
No comments have been added yet.