December 6, 2017 ·
Yibin, China ·
.
יעדן טאָג די זעלבע מעשה,
יעדן טאָג די זעלבע זאַך --
בינען זשומען, פליגן בייסן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכטרויש פון טעג מיט לויזע נעכט און
פלי געפלי מיט זשומעריי --
מיט דער וואָר צונויף זיך פלעכטן
סיי מיט צוואַנג, סיי פראַנק־און־פרייאון די בייסעניש פון פליגן
מיט דעם שטאָלצן בינען רויש
דיך פאַרכישופן, פאַרוויגן
קוים פון זיי דרייסטו זיך אויסיעדן טאָג דער זעלבער עסק
מיט דעם זעלביקן געדריי
ערנסט, לעכערלעך און שווייסיק
שטראָמט טאָג טעגלעכקייט אַלייןנאָר וואָס דען זשע? דו פליסט ווייטער
טאָג נאָך טאָג פון מוטערטראַכט --
זשום מיט בייסעניש זיך בייטן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכט
LikeCommentShare
14Eli Preminger, Rachel Baumel and 12 othersComments
Velvl Cherninאט די שורות רעשן באזונדערס איבער: בינען זשומען, פליגן בייסן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכט
2ManageLike ·
Reply ·
4w
Moysha (Moisei) Lemsterאון אן זיי, וועט די נאכט ניט צופאלן?
1ManageWow ·
Reply ·
4w
באריס קארלאוו Ночь, улица, фонарь, аптека – זאָל דאָס אונדזער גאָרטן זײַן?
1ManageLike ·
Reply ·
4w
Write a comment...